תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ
8 .טס זאו
ת צעםג846, ,1 948 1101 4,
1 . 5
צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ
2
אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו
פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016
8160 208
06 +ז6ט10
1ס1011110011 16/3008 151911160118
0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא
ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
ל. מאטעס
א אידישע טראגעריע -
א טראנעדיע אין פינף אקטן
פון אירישן לעבן אין אמעריקע
פארלאג אפאלמ"
יאָס אנדושעלעס, קאכיפאַרניטף
1937
עס 1927 זחםוזעפסס
פאט } 25 ד'דא זא
5 1104 זא 909
.6041:0018 6163ח/ 09 1
פון דעמזעלבן מעכאבער;
אָפענע טויערן -- לידער. 207 זײיטן. 4000
עקזעמפּלאַרן. אַרױיסגעגעבן פוֹן ,די כפּ-
טערארישע גרופּע, דור עדעלשטאַט בר.
0 ארבעטער רינג, לײבאָר לייסעאום,
ליידיס עדיוקיישיאנאל קלאָב". דענווער,
קאַלאָראדאָ. 1924. אויפלאגע אויס-
פארקויפט.
מאַמענטן -- לידער. 48 זײיטן. 600 עקזעמ-
פּלאַרן. צייכנונגען פון טאָרראָס געללער.
ארויסגעגעבן פון , ביאליסטאַקער יוגנמצ
פאַרבאַנד". שיקאַגאַ, איללינאִיס,. 1926.
אויפלאַנע אויספארקויפט.
דער ווייסער פּרינץ פון דער ווייסער פּלאג ---
לידער. 08 זייטן. 800 עקזעמפּלאַר}.
צייכנונגען פון טאַדראָס געללער. ארויס-
געגעבן פון פארלאג ,פאלמע". לֹאָם
אנדזשעלעס, קאליפאַרניע. 1927. אויםר
לאַגע אויספאַרקויפט.
א אידישע טראגעדיע. 500 עקזעמפּלאַרן.
גרייט צום דרוק:
אין מיין סטודיאַ -- לידער און פּאַעמען.
פּאסיפישע קאַיאָפּעראטיװע פּרעס
א אידישע טראנעדיע
פּערזאַנען:
מאלקע קאנמאָר, די כאזנטע יו 21 אי
שיינדל
דוויירעלע
רעב פענדער, א קאצעוו יי
פּץרל, א שביינע קָי .הי
עטל, פּערלס א פּלימעניצע |
אַוונער זילבערט, א סקולפּטאָר
מיסטער יאבלאַנסקי, פּערלס א גנוטער פריינט
מיס בירנבוים, פארוואלטערן פון די , דזשואיש אייךד"
מיפעס קארש, סאושעל ואִָירקער
פעני, אן אֶפיס מיידל
מיסטער און מיטעס בלומענטאל ו
מיסטער און מיסעס לעװוינזאָן
מיסטער און מיסעס לערנער
מיסטער קאָרנבליט
אפּליקאנטן. דער איקעוואמער. די קורנאָסע אידענע. דער
האָרבאטער,. די זקיינע. שכיינעס. קינדער. א ליטוואק.
די יאדושליווע. ערשטע, צוייטע, דריטע, פערטע שכיינע.
א שאָכן. טענצער,
| אירע קינדער
{ אוונערס פריינט
ערשטער אקט: פרייטיק צונאכט בא מאלקען אין קיך
צווייטער אקט: מאָנטיק באטאָג אין אָפיס פון די ,,דזשואיש אייב"
דריטער אקט: דעמזעלבן באטאָנ בא מאלקען אין קיך
פערטער אקט: דיזעלבע נאכט בא אוונערן אין סטוריאָ
פינפטער אקט: דינסטיק באטאָג בא פּערלען אין זאל
אָרם: צופוסנס פון די ראקי בערג
ציימ: געגנווארט.
ערשטער אקט
אין הינטערגרונט, רעכטס, א האלב אָפענער פענצטער. לעבן פענצי
טער א קושעטקע. אף דער קושעטקע ליגט דװויירעלע מיט
א דינער קאָלדרע איבערגעדעקט, און לעבן איר -- איר ליאלקע,
לינקס פון פענצטער א טיר, װאָס פירט אין דרויסן.
רעכטס, נאַענט צו דער אוואנס בינע, אף צוויי טרעפּלאך ארויף,
א טיר, װאָס פירט אין הויז. לינקס פון טיר אן איבערי
געדעקטע ניי מאשין. אן אלטער וואנט זײַנער אף דער וואנט,
לינקס, א גאז אויװעלע. א ואש קעסטל, און צום ווינק? צוֹ --
א שפּייזיקאמער מיט א פאַרהאנג פארהאנגען.
בא א ווייס נעדעקטן טיש זיצן רעב סענדער, מאלקע, שיינד?, און
עסן. שיינד? האלט דעם קאָפּ אין בוך.
מ א ל ק ע (הויבט אויף דעם קאָפּ, קוקט אפן וואנט זייגער. וי צו
זיך): שוין צוויי שאָ נאָך די רעפועס און דאָס קינד האָט נאָך א לעפל
וואסער אין מויל ניט געהאט. (גייט צו צו דוויירעלען, ניט זי א טאפּ באם
שטערן) װועסט אױיסזופּן, מיין קינד, אביסעלע זופּ?
ד ווייר ע לע (פּיעשטשענדיק): איך וויל ניט!
מאלקע: טוט דיר נאָך וויי דאָס קעפּעלע, מיין קינד?
דוויירעלע: יע
מ א ל ק ע זיפצט אָפּ): / אָבער אביפעלע זופּ וועסטו אױסזופּן.
(גייט צו צום טיש, נעמט דאָס שיסעלע זופּ, זעצט זיך אף דער קושעטקע)
ניט קיין סאך, זע, אביפעלע בלויז. נעם, מיין קרוין! (דוויירעלע דרייט:
אָפּ דעם קאָפּ צו דער וואנט) זאָל איך אויסבלאָזן? (בלאָזט אין שיסעלע)
זע, ס'איז קאלט. נו, נעם, מיין פיינעלע. דוויירעלע, דוויירעלע! (דאָס:
11
קינר ליגט איינגעאקשנט מיטן קאָפּ צו דער װאַנט) דוויירעלע, זע! (זיפצט
אָפּ. שטעלט די זופּ צוריק אפן טיש) אזוי אַָ לעבט עס א גאנצן טאָג מימ
שיהי-פּיהי. (זעצט זיך, קוקט באזאָרגט),
שי י נ דל (לויפּט צו צו דוויירעלען מיט דעם לעצטן שטיק? אִף אין
האנט. כאפּט שטיפעריש דאָס שטיק? אֶף אין מוי? אריין, קייט טשמאָקנדיק
מיט די ליפּן, וי זי װאָלט זיך פּאסמאקעוועט): ווילסט?
(דוויירעלע שמייכלט),
מא לק ע (מיט פאָרוואורף): געזען אן עסן? (שאָקלט מיטן קאָפּ).
רעב ס ענדער אריינבורטשענדיק אין באָרד);: אָדער דעם קאָפּ
אין בוך אריינגעשטעקט, ווי א פערד אין זעקל האָבער; אָדער עס דרייט
זיך וי א ווינט מיל --- אָט אהער און אָט אהין.
ש יינ דל (צואווארפנדיק רעב סענדערן א פאראכטנדן בליק פון דער
זייט, זעצט זיך שטיפעריש אף דער קושעטקע): בא מיר, דויירעלע,
וועסטו זופּן װוי א קליין פייגעלע, ציפּ, ציפּ, ציפּ, --- אין מיילכבעלע
אריין! (מאכט מיט דער האנט וי זי װאָלט א לעפ? זופּ אין מויל אריינ-
| געכאפּט, דוויירעלע שמייכלט) יע, יע, וועסט זופּן} (לויפט שטיפעריש צו
צום טיש. נעמט דאָס שיסעלע זופּ, שטיל צו דער מאמען) אָט קוק און
שווייג. (זעצט זיך אנטקעגן דוויירעלען) פייגעלע דשָ, מיילכעלע עפן --
זופּ! (ניט איר א לעפל זופּ),
דוויירע לע (קערט אִפּ דעם קאָפּ): כװויל ניט!
מאל קע װוי צו זיך): ווידער דער קאָפּ און אָבער דער קאָפּ.
אז די רעפועס העלפן שוין אויך נים. |
רעב פסענדער: יעקאָפּ, ניט קאָפּ. בא מיר װאָלט זי שוין
געגעסן.
שיינדל: אָ איך האָב זיך דערמאַנט! (שטעלט אועק די זופּ)
איך האָב שוין נאָר א טייערע זאך פאר דוויירעלען. (איר פּאָנים שטראלט
אויף) שוין איינמאָל א גוטע זאך. טוט דיר נאָך וויי דאָס קעפּעלע?
דוויירעלע: יעב
שיינ דל קינדעריש): איך על אַָנטאָן דוויירעלען מיין נייע
| רויטע באנד, און דוויירעלען וועט אויפהערן וויי טאָן דאָס קעפּעלע. יע
דוויירעלע? (דוויירעלע שאָקלט צו מיטן קאָפּ) דיר אַנטאָן מיין נייע רויטע
באנד? יע, יע, יע? (לויפט ארויס אין צווייטן צימער).
מאלקע: אָטאזו זיך ניט איינצובעטן.
ר עב ס ענ דע ר : איר זייט אליין שולדיק. מ'קיכלט זי צופיל.
12
מ'פיעשטשעט זי. דאָס װאָלט געפּאסט אין דער היים פאר די לוריעס,. /
ראפּאפּאָרטס -- פאר נעגידים איז עס אן אייסעק. זיי האָבן דינסטן,
באָנעס, גאָווענאטקעס, נו? ! (װישט די באָרד) ווען מ'לאָזט זי אָבער
הונגערן א פּאָר טעג -- אִי װאָלט זי בא מיר געגריזשעט א סקאָרינקע..
זי װאָלט שוין געקראָגן אפּעטיט. וי א קליין קעלבל װאָלט זי בא מיב'י .
געצופּט פון די הענט און געפרעסן.
(מאלקע שאָקלט טרויעריק צו מיטן קאָפּ),
שיינ דל אריינלויפנדיק מיט דער רויטער באנד פארשלייפט אף
הינטן): געפעלט דיר די באנד? (דוויירעלע שאָקלט צו מיטן קאָפּ) און
דיר װועל איך מאכן דעם שלייף אף א זייט. (דרייט אום דעם שלייה ארום
קאָפּ) אָט אזוי. (טוט אויס די באנד, טוט אָן דוויירעלען) זעט ווי שיין!
מ אל ק ע (קוועלט): געזונט זאָל זי מיר נאָר זיין,
שיינדל: וילסט זען דעם שפּינל?
דוויירעלע: יעב
שׁ יינ דל (כאפּט אראָפּ דעם שפּינ? פון וואנט. דוויירעלע שפּינלם
זיך): אַָ, ווי שיין! טוט נאָך וויי דאָם קעפּעלע?
דוויירעלע: ניןף
ש יינ דל (ווינקט זיך איבער מיט דער מאמען. מיט פרייד): איך
האָב געזאָנט, אז די באנד וועט אוועקנעמען דעם קאָפּװײטאָק. איצט
וועט מיין קליין פיינעלע -- הופּ, הופּ, הופּ, אױיסזופּן אביסעלע זופּ ---
זופּ, זופּ, זופּ! (הייננט אויף דעם שפּיג?ל. נעמט די זופּ. זעצט זיך אנטקענן
דוויירעלען) ס'איז געווען א קליין גאָלדן פייגעלע, מיט קליין נאָלדענעץ
פליגעלאך. איז דאָס פייגעלע געפלויגן ווייט, וויים איבער פעדער,
גערטנער און לאָנקעס ביז ס'איז צונעקומען צו א גרויס-גרויסן פעלד ---
פול מיט קערנדלאך. טשריק, טשריק, טשריק, האָט זיך דאָס פייגעלע,
א הונגעריקע, אראָפּנעלאָזן און גענומען פּיקן --- פּיק, פּיק, פּיק. (זי גיט
דוויירעלען א לעפל זופּ און דוויירעלע זופּט) טשריק, טשריק, טשריק; פּיק, +
פּיק, פּיק --- (דוויירעלע זופּט און מאלקע קוקט און קוועלט),
(א קלאפּ, און נלייך עפנט זיך די טיר. דערזעענדיק מיסעס קארש.
לאָזט שיינד?, אין צעטומלעניש שטיין די זופּ אף דער קושעטקע. אנטלויפט
און פארמאכט זיך אין צוייטן צימער. מאלקע זיצט ערשטוינט און
פאגליווערט),
מיסעס קאר ש (א זעץ נעבנדיק די טיר הינטער זיך): לױף,
לויף! (לויפט צו צו דער טיר, טוט א קלאפּ) שיינדל, שיינדל! (פּאוע)
19
שייגדל, קום ארוים זאָג איך דיר,
ד וו יי ר על ע (מיט געוויין): מאַ-מע! (גיט זיך א דריי, דאָס
שיסעלע פאלט אראָפּ און צעברעכט זיך).
- מ אל ק ע (א צעטרייסלטע לויפט צו צום קינד, דריקט זי צו זיך): נו,
שא מיין קינד,
מיסעפס קאר ש (קקט אף די שערבלאך, אף מאלקען, גיט זיך
א דריי און א ווענד צו רעב סענדערן. רערט מיט ניפט און איבער-
טריבענער באטאָנונג.): איר האָט געזען, א? אזוי אַ דערציט מען עס
קינדער. א כאזנס א טאָכטער! מ'ברעכט דישעס. מ'פארקלאפּט זיך
הינמטער טירן. איר האָט געזען א קאבאלאס פּאָנים?
מא לקע (בעטנדיק): נו, איר ווייסט דאָך, מיפעס קארש --
(רעב סענדער ווישט זיך די באָרד און װאָנצעס, בענטשט, שאָקלט
צו מיטן קאָפּ. הערט אויס),
מיסעס קא רש (נאָך מער אויפגעבראכט): און איר פאר-
טיידיקט זי נאָך? ! געזען א -- א פרעמדער מענטש קען מיינען גאָט
זזייס װואָס (דרייט זיך, ווייס ניט װאָס צו טאָן פאר קאַס. קוקט אף דער
פארקלאפּטער טיר, אף מאלקען. ניט זיך א ווענד צו רעב סענדערן) איר זיים
דאָך אן אייגענער מענטש, איר פארשטייט? פאר אן אייגענעם מענטשן
מעו מען דאָך ריידן. אָט וי איר זעט, געענדיקט סקול מיט לייטנס
קינדער גלייך. איז זעכצן יאָר א מיידל, וי דענקט איר, מעג שוין
עפּעס פאַרדינען? בין איך אוועק און איר געקראָגן א דזשאב בא
קאפּלאנען דעם גראָסערי מאן. פיינע מענטשן ביז גאָר. איך דארף
אייך דען דערציילן? איר ווייסט דאָך! צו עסן און טרינקען פון דאָס
שענסטע און בעסטע, וי אין א נגראָסערי. און אלץ װאָס זי האָט בא-
דארפט טאָן, איז צוקערן דאָס הויז, אכטונג געבן אף דער בייבי, און
אמאָל אין א נאָווינע דאָרט אונטערטראָנגן א באָנדל. א סינטש אָף א
דזשאב! און איר איז עם ניט געפעלן. ,װאָס איז?" --- זי גלייכט זיך ניט
צו ניאנטשן מיט קיין בייביס. בין איך אוועק און איר געקראָגן א דזשאב
בא זלאטקינען דעם אַװעראָל מענופעקטשורער. אָפּנעארבעט א װאָך.
אריינגעשטאָכן זיך א נאָדל אין פינגער, און די פּרינצעסן איז שוין מער
צו דער ארבעט ניט גענאנגען. ,װאָס ווילסטו?" פרעג איך איר. (פּאוזע)
עס לאָזן צו איר, װאָלט זי נעשטאנען א גאנצן טאָג און זיך געשפּיגלט,
געלייענט ביכלאך. װוהאַט אין די העק דאָז שי גיוו א קער? א קאָקעטקעי
א פוילענצערן, איר האָט נאָך אזא אין אייער לעבן ניט געזען. ענד
14
טו קאַט אַ לאָנג סטאָרי שאָרט. --- שוין ניט קיין גראָסערי, ניט קיין
שאפּ. בין איך אוועק צו סאָקאָלן דעם פּאָטאָגראפער, און איר געקראָגן
א גאָלדענעם דזשאב. א שיינץ ארבעט, א זויבערע ארבעט -- ריטאָטשן
האָט ער זי געלערנט. אָפּגעארבעט, מיט מאַזל, א ניין װאָכן און ווי-
דער דאָסזעלבע. , װאָס איצט?" פרעג איך איר. עס פעלט איר לופם
צום אטעמען. עס שווינדלט איר אין די אויגן. קאָפּװײטאָק. זי גע-
פינט שוין אן עקסקיוז. איז ווידער געלאָפּן, ווידער געזוכט, צום סאָף,
סאַָף -- קוים מיט צאָרעס געקראָגן. איך האָב זיך פּאָשעט איינגעבעטן,
און שאָלעם פישער האָט זי אריינגענומען צו זיך אין פיש מארקעט. א
דזשאב, זאָג איך אייך, פאר א קינד זיך צו שפּילן. איינזאלצן, אײינרעפּן
די פיש, נעמען געלט און ארויסגעבן טשיינדזש. און דאָ ערשט אין
צאָרעם! (פּאוזע) האָט איר עס ווען אין אייער לעבן געזען? א מיידל
האָט געענדיקט פּאָבליק סקול און זאָל ניט קענען ארויסגעבן פון א
דאָלער טשיינדזש? ארויסגעיאָגט האָט עֶר זי} (מאלקע טוט א ציטער
פון איבעראשונג) נאָר איך וויים: ס'איז די באָיעס, װאָס לינן איר אין
קאָפּ. שפּיגלען און ביכער. (קלאפּט אין טיר) שיינדל! שיינדל! (פּאוזע)
באָט רימעמבער. (קערט זיך אום צו מאלקען) כ'האָב מיינע פים אָפּנץ-
קלאפּט. פאר איר געטרייט דאָס בעסטע ווי פאר אן איינן קינד. און
דאָס איז מיין באלוינונג! (ווענדעט זיך צו רעב סענדערן) איך דארף זיך
דאָך פאר אייך ניט בארימען. איר האָט געהערט אין בוטשער שאפּ
ווער מיטעס קארש איז. מ'קען מיסעס קארש. שוין זיבן יאָר אז איך
קום אריין אין צענדליקער הייזער א מאָג. און וואו נאָר איך קום, איז
מיטעס קארש, מיסעס קארש. מ'ויים גאָרניט װאָס צו טאָן מיט מיר,
אף די הענט װאָלטן זיי מיך געטראָגן. און, וי איר זעט, ס'איז דען בא
מיר א פראנע פון צייט? ביז שפּעט אין דער נאכט אריין בין איך אף
מיינע פים, אבי איך קען נאָר אימיצן באהילפיק זיין. און דאָס איז די
עפּרישיאיישן! (קוקט שטעכיק אף מאלקען) באָט אינאָף! (קוקט זיך
ארום. באפעלעריש) מאַנטיק איינס אזייגער אין אָפּים, מיסעס קאנטאָר,
מ א ל ק ע (שטאמלענדיק): איך וװועל --
(מיסעס קארש אֶפּ מיט צאָרן. א וויילע איז שטיל).
מ א ל ק ע (מיט א פול הארץ): ריבוינע-שעל-אױילאָם! נאָט-
פאָטער, דו אלמעכטיקער! איין טאָג אין װאָך האָסטו מיר געשאָנקען,-
איין טאָג אין װאָך האָסטו געהיט און נגעשיצט מיין הויז פון זיי, און
געלויבט און געדאנקט האָב איך דיין נאָמען דערפאר. האָב איך דעס
18
איינעם טאָג אויך פארזינדיקט? (דריקט דוויירעלען צו זיך, דערשלינגט
א טרער),
ר עב ס ענ ד ע ר (אויפשטייענדיק פון טיש); זינדיקט נים,
מאלקע.
דוויירעלע: איך וויל שלאָפן.
מ א ל ק ע (נעמט דאָס קינד אף די הענט, וויקלט זי איין אין קאָלדרע.
גיט איר א קוש): שפּאר אָן דאָס קעפּעלע, מיין קינד, שלאָף.
ר ע ב ס ענ דע ר (ארומגייענדיק איבער דער קיך די הענט הינטער
זיך פארלייגט, שטעלט זיך אָפּ); און מיינט איר עפשער אז מיסעם
קארש איז אינגאנצן אומגערעכט? עמעס, זי האָט דאָסזעלבע געקענט
לאָזן אף מאַנטיק אויך, ס'װואָלט נים אנטלאָפן. אריינפאלן אין מיטן
שאבעס איז א כילול האשעם און א ביזאָיען פאר מענטשן. אָבער, װאָס
עמעס, איז עמעס. אינגאנצן אומגערעכט איז זי אויך ניט. א מיידל,
באָרוך האשעם, קאָרעוו לעכופּע, און ניט צו גאָט און ניט צו לייטן. וואו
איז עס טאקע נגעהערט געװאָרן? אָ, אָי א, ווען איך נעם זי נאָר אריין
אין מיינע הענט, װאָלט זי שוין געוואוסט פון שטאַט און דערעכערעץ
פאר אן עלטערן. אָ, אַ, אָ, ווען איך נעם זי נאָר אריין אין מיינע הענט.
א, אָ, אַז
(א וויילע איז שטי?. עס עפנט זיך די טיר און שיינדל קומט
אריין א דערשלאָגענע. מאלקע, מיט דוויירעלען אף די הענט, גייט ארויס
אין צווייטן צימער. ביידנס בליקן מיידן זיך אויס פון צו באגעגענען זיך.
שיינד? נעמט צונויף די שערבלאך ווישט אֶפּ דעם דיל. נעמט ארונטער די
קיילים פון טיש. און וי ניך איר בליק באגעגנט זיך מיט רעב סענדערס, קערט
זי אָפּ דעם קאָפּ אָן א זייט. רעב פענדער גייט ארום איבער דער קיך, ברומט
אונטער א זעמערל. מ'קלאפּט אין טיר).
שיינדל: קאַםאין!
פּערל אין טיר): גוט שאבעס!
ר ע ב ס ענדער: גגוט שאבעס, פּערל.
פּע רל (ארומקוקנדיק זיך): וואו איז מאלקע?
רעב סענדע ר: זי איז געגאנגען לייגן דוויירקען שלאָפֿן.
ש יינ דל (רוקט צו א שטו?): זיצט, פּערל.
פּ ע רל?: א דאנק מיין טייערע. (װייזט אָן אף איר האלב פאר"
קאטשעטן פארטוך) איך האָב זיך ארויסגעכאפּט אף א וויילעטשקע. איך
האָב טייערע געסט געלאָזן. די יאבלאָנסקים זיינען געקומען. ער און
10
זי און די טאָכטער מיטן איידים (געווענדט צו שיינדלען) אן איידים --- א
זייד. אף דיר און אף אלע אידישע קינדער געזאָגט געװאָרן. (געאיילט)
נו, וואו איז מאלקע? איך האָב זיי דאָרט אליין געלאָזן און ---
שיינדל: ניט אינגאנצן אליין
פּערל: עטלא אונער זיינען דאָרט אפילע מים זיי, נאָר דו
ווייסט דאָך ---
שיינדל: או די יונגע מיסעס, מיסעס -- (קען זיך ניט
דערמאָנען) ---
פּע ר ל (שמייכלענדיק): מיסעס גלאזער, מיינסטו. גאָרנים די-
זעלבע עלקע נעכע. (מאכט נאָך מיסעס נלאזערס באוועגונגען מיט א טאָן
פון כויזעק) גייט און שטייט און בלאָזט פון זיך, וי אן אינדיק ערעוו
פּייסאך. אָט אזוי און אָט אזוי. גלעם זיך די באָקעס, קרייזלט די
לעקאלאך, ארבעט מיט די פינגער דו זאָלסט כאַס-װעשאָלעם א בליץ
פון א דיימענטל ניט פארפעלן. און די ליפּעלאך האָט עס צונויפנע-
צויגן -- א װואָרט האָט עס פארגעסן ווי צו ריידן. אָבער די קאסאָקע
איינלאך אירע (דרייט קאסאָקעוואטע מיט די אויגן) אראָפּ און ארויף. גיב
זיי א רענדל פאר א מינוט ווילן זיי זיך ניט פּאָרן,
(שיינדל שמייכלט. רעב סענדער לאכט מיט אן אָפּגעהאקטן החילצער-
נעם געלעכטער),
פּערל: אר הערט, רעב סענדער, -- װאָס מ'קען שוין אין
אמעריטשקע פאר געלט ניט קויפן? ! אין דער היים א שמאטניק, װועל-
וועלע טראסק, און דאָ -- אן אוישער ניט אָפּצושאצן,
רעב פענדער: און דאָס אלץ אין די מילכאָמע יאָרן אן
אַפּױטיקי זאָגט מען --
פּערל: מען מיר זיך עס ביידע ווינטשן כאָטש א העלפם,
ריבוינע-שעל-אוילאַם. (גיט זיך מיטאמאָל א כאפּ) נו, זעט נאָר, וי איך
האָב זיך דאָ פארעדט. איך מוז דאָך לױפֿן,
רעב סענדער : ניט נעפערלאך, זי וועלן ניט אנטלויפן,
פּערל: אירוייסט דאָך, ס'פּאסט אָבער ני --
רעב פענדער: דעוויילע א שיינעם דאנק אייך פאר די
פיש.
5 ע ר ל (א צופרידענע): זאָל אייך זיין צו געזונט! א טייערעץ
קאָפּ, ניין?
רעב פענדער: הינטינע קאָפּהאָט געהאט דעם טאַם נאנ-
17
איידן. זיס ווי צוקער.,
פּערל: װען איר זעט א קארפּ? -- אכט פונט געוואויגן (דער"
זעענדיק מאלקען אין טיר) גוט שאבעס, מאלקע!
מא לקע (אריינקומענדיק): גוט שאבעס! -- פארװאָס זיצט איר
ניט, פּערל? (רוקט איר צו א שטו?),
כּערל: איך דאנק אייך, מאלקעלע. נאָר איך מוז גלייך לויפן
צוריק. איך האָב טייערע געסט געלאָזן. די יאבלאָנסקיס זיינען גע-
קומען. ער, זי, די טאָכטער מיטן איידים. (נעמט ארום מאלקען) קומט,
מאלקע, וועלן מיר טרינקען צוזאמען א גלאָז טיי. (צו רעב סענדערן)
און איר, רעב סענדער, וועט זיך דאָך ניט לאָזן בעטן.
רעב סענדער: פארא גלאָז טי בין איך אלעמאָל גרייט.
פּערל: קומט, מאלקע.
מ א ל ק ע (ניט געשטימט): עפשער שפּעטער א וויילע. איך
האָכ ערשט דאָס קינד איינגעשלעפערט און --
פּערל: נישקאַשע, שיינדל װועט אכטונג געבן.
שי ינדל: נײ, מאמע. (נייט, נעמט דעם פוועדער).
פּערל?ל: ארווייסט דאָך, זיי זיצן ניט לאנג. זיי האָבן זיך
נאַכגעפרענט אף אייך. און איך האָב זיי געזאָגט, אז איך גיי אייך
אריינרופן. קומט, מאלקעלע. |
ש יינ דל (מיט דעם סוועדער אין די הענט): נא, מאמע, טו אָן
דעם פוועדער.
(מאלסע נעמט, טוט אָן דעם סוועדער),
פּ / ר ל?: אי דרויסן איז אפילע ניש קאלט, נאָר דעם פוועדער
מענט איר אָנטאָן.
(רעב סענדער טוט אויס די יארמולקע, טוט אָן דעם קאפּעלוש.
פּער? עפנט די טיר, לאַזט ארויס מאַלקען ערשט. רעב סענדער לאָזט זיך נאָך
מאלקען, נאָר פּער?, ווי ניט זעענדיק, כאפּט זיך אריין אינמיטן, שלאָגט זיך
אָן אָן רעב סענדערן, און רעב סענדער שפּרינגט גלייך אִפּ צוריק. שיינדל
שמייכלט פון צוזאמענשטויס. אלע דריי אֶפּ. שיינדל נעמט דעם בעזים,
קערט צו. שטייט אין שפּיג? און שפּינלט זיך. ראפּטאָם ניט זיך אן עפן די
טיר,. שיינד? גיט זיך א כאפּ א דערשראַקענע. עט? לויפט אריין, לאכנריק,
און נאָך איר, זיך נאָכיאָגנדיק, אוונער).
עטל (יך באהאלטנדיק הינטער שיינדלס פּלייצעס, לאכט און רייצט
זיך מיט אוונערן, וי עס טוען קינדער): שיים, שיים, יו לאָסט די גיים!
18
א וונ ע ר (הסט און לאכט): נאָר ווארט -- (צעהוסט זיך
שטארקער).
ע טל (זיך ארויסרוקנדיק פון הינטער שיינדלס פּלייצעס, נעמט ארום
אוונערן): נו, גענוג געהוסט, גענוג. איך האָב געזאָגט, אז דו וועסט
מיך ניט כאפּן.
א ווג ע ר (שמייכלט גוטמוטיק): אבי פון דער אלטערס הענט
זיך ארויסגעכאפּט. אלץ הייסט ניין מאָס רייד,. און די מיסעס נלאזער
(פּרובירט שטיפעריש נאַכמאכן וי זי דרייט מיט די אייגלאך, נאָר ס'גייט ניט,
ביידע לאכן),
ע ט ל (באמערקנדיק שיינדלס ערנסט, טרעט צו. נעמט זי ארום):
ביזט מיר עפּעס ניט אויפנעליינט. װאָס איז דער מער מיט דיר,
שיינדל?
שיינדל: נאָרניט דער מער.
א וונע ר (אועקלייננדיק דעם הוט אף דער קושעטקע): ניט אויפ-
געלייגט? -- בלאָטע! -- הערסט? מיר האָבן פאר דיר טייערע ניים --
(עט? מאכט אים שטיפעריש צו דאָס מויל, לאָזט אים ניט ריידן. אוונער
שמייכלט. באפרייט זיין מוי? פון עטלס הענט, שרייט אויס צו שיינדלען
אפן קאָל) אז דו וועסט הערן, וועסטו זיך אזש צעטאנצן פאר פרייד.
ע ט ל (מאכט א ברויגעזלאבע מינע, לאָזט אָפּ אוונערן): טרוימער
מיינער! בוי זיך נאָך ניט קיין פּאלאצן אין די הימלען.
אוונער (א גליקלאכער בעט זיך בא עטלען וי א קינר): נישקאָשע,
שיינדלען קען מען פארטרויען א סאָד. זי װועט קיינעם ניט דערציילן.
(גייט צו צו שיינדלען, צערטלאך) וועסט האלטן א סאָד? !
ש יינ דל (מיט א ווייכקייט אין קאָל): סיר טראָנן שוין אזוי
אויך צופיל סוידעס. צו װאָס נאָך אַ סאָד, נאָך א שלאָס אפן מויל?
ש ט ל (געטראָפן און דאָך צופרידן מיט דעם ענטפער. מיט א צויי
דייטיקן טאָן צו אוונערן): שיינדל איז גערעכט, סוידעס האלט מען
פאר זיך. (פּאוזע) װועל, איצט ניי איך. (טוט א קוק אפן זיינער) אך,
איך האָב שוין דאָרט לאננ באדארפט זיין. און דו גייסט פריער צו די
בלומענטאלם,
אוונער: וי מיר האָבן אָפּנגערעדט.
עט ?:. װעל איך דאָרט ווארטן אף דיר, נאָר פארעד זיך ניט
אקאָרשט,
אוונ ער גוטמוטיק): אַלרייט, מיין טייבעלע.
19
ע ט ל (מיט א ליבן וואונק): פארגעס ניט. (צואווארפנדיק א לופט
סוש) צום ווידערזען.
א וונ ע ר (שמייכלענדיק): א גליקלאכער שליטווענס.
(עטל אָפּ, אוונער זעצט זיך צו אפן ברענ טיש).
אוונער: אזװאָס איז טאקע דער מער מיט דיר, שיינדל?
שׁ יינ דל (טרעט צו. גלעט דאָס ווענטל פון שטול,. רערט מיט
אראָפּגעלאָזטע אויגן): ביזט מיין איינציקער פריינט.
א ו ונ ע ר (ווערט ערנסט, פּרובירט אָבער זיך צו האלטן אין א פריו-
לאכן טאָן) : ניט דער איינציקער. ניט אזוי געפערלאך שוועסטערקע.
(פּאוזע) האָסט עפּעס אפן הארצן, רעד אראָפּ. וייסט דאָך וי אין
פּאָסעק שטייט: א וויינענדע נעשאָמע קארבט רינעס אין געזיכט; א
שווער געמיט, בריינגט א שווער ליד,
ש י י נ דל (שטי?): א ויינענדע נעשאָמע קארבט רינעם אין
געזיכט -- (גייט איבער מיט די פינגער איבער די באקן) און מיין פּאָנים
האָט נאָך קיין איין קנייטש, קיין איין ---
אוונ ער: קניטשן? (לאכט, וועלנדיק פארלאכן די ערנסטקייט
פון מאַמענט) און אף דיין פּאָנים. װאָס פאר א נארעלע דו ביזט.
שיינדל: איז מיין פּאָנים אנדערש --
אוונ ער :. אנדערש, זיכער אנדערש! פּאזע) און הער א
סאָד, כאָטש דו ווילסט קיין ספוידעס ניט הערן. (זיך עטװאָס אָנבוױיננריק)
דיין קאָפּ װאָס איך האָב געקלעפּט, האָב איך פאר א פאָנטאן גענוצט.
און וי עטל האָט זיך דאָ, הינטן ארום, דערוואוסט, גיי איך געווינען
דעם טויזנט דאָלער פּריז. (מיט עקסטאז, אויפשטייענדיק) און ס'איז
פאר דיין קאָפּ, דיין פּאָנים, שיינדל. (הוסט),
שיינדל (אביס? איבעראשט): מיין קאָפּ? -- (קוקט פארטראכבט).
א וונ ע ר שטייגנדיק אין עקסטאז): און דו האָסט באדארפט
זען וי שיין עס איז. (רעדט מיט די הענט) צו דיין קאָפּ האָב איך א
פינור צוגענעבן. א יעסוימע, הייסט עס. איצט שטעל זיך פאָר, אז דו,
די יעסוימע, שטייסט בא א טרינק פאָנטאן, די רעכטע האנט וי פאר א
נעדאָווע אויפגעשטרעקט -- אָט אזוי --- און די לינקע האַנט דעקט צו
מיט די נעלאָקטע, לאנגע האָר, װאָס פאלן פאליעסווייז פון דיינע שול-
טערן אראָפּ, -- א האלב אנטבלויזטע ברוסט. דאָס איז לינקס פון
פאָנטאן. און אונטן, רעכטס, אף א טרעפּל פון שמיין, זיצט א יאָסעמל
מיט א קוליע אף די קני, און שפּייזט מיט די כגרעקלאך פון זיין טרוקן,
20
אָרים-אויסגעבעטלטן ברויט די פיינעלאך פון נאַס. (אין פרייר)
ס'איז א וואונדערלאכער פאָנטאן. דאָס נאָבלסטע ווערק פאר א קינ-
דער היים. (אָנכאפּנדיק שיינדלען פאר די הענט. שיינדל כאפּט זיך אויף
וי פון א טראנס) און ס'איז דיין קאָפּ, שיינדל, ---
ש יינ דל (די אויגן אין זיך פארטיפט): וי גליקלאך װאָלט איך
געווען ווען מיין פּאָנים װאָלט געווען סיט א קרעץ אױסגעשאָטן, ווען
אף דער פּלײיצע װאָלט איך געטראָגן א האָרב.
אוונער (געטראָפן. מיט װייטאָק): האָסט פארדרוס, שיינדל --
שי יינ דל (ניט צוהערנדיק אוונערס רייר, קוקט אים גלייך אריין אין
די אויגן): איך בין דיך מעקאַנע, אוונער. דו ביזט א שווינדזיכטיקער
און אלץ ווייסן עס. קריגסט א בלוט שטורץ, האָט יעדער מיטלייד מיט
דיר. און פאר מיר? -- (פארדריקט די הענט פאר װייטאָק, און פארטיפט
די אויגן ווידער אין זיך).
אוונער: וװאָס רעדסטו, שיינדל?
שיינדל: מיט מין קריינק דארף איך זיך שעמען און בא-
האלטן. שטיקן און שמיקן און דריקן אין זיך. איך װעל דערדריקט
און דערשטיקט ווערן, פּלאצן װועל איך, אוונער. (לאָזט זיך אראָפּ אסן
שטול, קאָפּ טיף פארזונקען).
אוונ ער (איבערגעבוינן איבערן שטו?): דערצייל, שיינדל,
(לייגט זיינע הענט אף אירע שולטערן) רעד אראָפּ פון הארצן, שוועסטער-
קע. פאר מיר מעגסטו אלעס פארטרויען.
ש יינ דל (הויבט אויף דעם קאָפּ, קוקט ארויף צו אוונערן): גע9-
דענקסט דעם פּאַנראָם? -- אין קעלער, -- דעם קלאפ אין קאָפּ, װאָס
איך האָב געקראָגן, -- מיין היפטעריקע? -- זינט דאן לייד איך. לייך
פון קאָפּ ווײיטאָק, אויגן שווינדלעניש, און נאָך גרויס אויפרענונג פאל
איך אָפּט אין כאלאָשעס, אזוי וי דו האָסט מיך דאן אין קעלער געזען.
(פּאוזע. שטיל) און דער דאָקטער זאָגט מיר אז איך מאָר זיך ניט אוים-
רעגן, אז איך דארף האָבן רו, און איך וװועל עס אריבערוואקסן, (שמייכלט
ביטערלאך) אריבערוואקסן, (פּאוזע. טוט א פאָכֶע מיט דער האנט אין דער
לופט) אָבער ניט דאָס בין איך אויסן דיר צו דערציילן. (מיט א העכערן
קאָל, אוונער זעצט זיך אפן ברעג טיש) עס איז דאָך פאר דיר, מעסטאָמע,
קיין סאָד ניט, כאָטש די מאמע זוכט מיט אלע מעגלאכקייטן צו בא-
האלטן -- די לעצטע דריי יאָר, און דאָס איז זינט דער מאטע איז גע-
שטאָרבן, ווערן מיר געשטיצט פון טשאריטי. און אונטער זייער אויפ-
21
זיכט שטיי איך. זיי פּאסן עס אף מיר אויף. און אף מיר האָט מען
געווארט. אף מיר האָט מען די האַפנונג געלייגט, אז אָט -- באלד,
באלד און איך על אָנהײבן פארדינען. (פּאוזע) און איך בין קראנק,
אוונער. -- איך האָב שוין אזויפיל דזשאבס אויסגעפּרובירט, און אין
ערנעץ האָב איך זיך ניט ארייננעפּאסט. און ערשט היינט האָב איך
דעם לעצטן דזשאב פארלאָרן. (מיט װײיטאָק אין קאָל, אויפשטייענדיק
פון אָרט) נו, װאָס זאָל איך טאָן, אוונער? װאָס זאָל איך טאָן, אז איך
קען פאָרט ניט זען וי מ'ישפּאלט לעבעדיקע פיש. (פארטראכט זיך) לע"
בעדיקע, בלוטיקע שטיקער קארפּ צאפּלען זיך, און דאָ -- נעם זאלץ
און שיט נאָך זאלץ אף די וואונדן. (מיט װייטאָק) איך קען ניט, אוונער!
איך קען ניט ווען מ'זאָל מיך אפילע אף שטיקער צעפּיצלען. איך קען
עס ניט מאָן. (געלאסענער) און דאָס אויך האָכ איך פּרובירט ביז איך
האָב זיך פארלאָרן און אָנגעהײיבן מאכן טאָעסן אין ארויסגעבן טשיינזש.
שאָלעם פישער האָט עס באמערקט און פאר אלעמען אין די אויגן האָם
ער א נעשריי געטאָן ,מיר דארפן דאָ ניט קיין פילאָסאָפקעס, ווילסט
זיין א בּאַליכאַלױמעס, טאָ שטיי אהיים!" (לאָזט אראָפּ דעם קאָפּ, רעדט
שטילער) איך האָב דער מאמען ניט דערציילט, ניט געװאָלט דעם שטיקל
שאבעס פארשטערן. שיקט אָבער גאָט די שטראָף אין הויז אריין. און
די פּיאווקע, מיסעס קארש, איז דאַ אינמיטן עסן אריינגעפאלן. איז וי
נאָר איך האָב זי דערזען, בין איך אויפגעשפּרונגען, אנטלאָפן, הינטער
דער מיר זיך פארמאכט. און זי האָט געקלאפּט, געקאַסט און גע"
צאָרנט. --- און מאָנטיק, מאָנטיק באטאָג דארף שוין די מאמע ווידער
אין אָּפים גיין.
א וונ ע ר (אדורבגענומענער מיט מיטלייר,. שטיל): וװאָס אין
אָפים?
שיינדל: שפיכויס דאָמים! בלוט צאפּעניש און בלוט זויגץ"
ניש! און שוין צוויי מאָל -- האָט מיר פּערל פארטרויט --- האָט מען
דער מאמען נעסטראשעט אז מ'וועט איר אויפהערן שטיצן. און אלץ
צוליב מיר. און שולדיק בין איך. שולדיק פאר גאָט און שולדיק פאר
לייטן. און אלע טייטלן אף מיר מיט די פיננגער -- ,זעט א מױד! און
אלעס װאָס זי ווייס איז איר שיין פּענעמל". (מיט א העכערן טאָן) און איך
װאָלט מיט פרייד די הויט פון פּאָנים ארונטערגעריסן, און ארוים אין
גאס און אויסגעשריען הויך אפן קאָל אז קינד און קייט זאָל הערן --
איך בין קראנק! (די שטימע פאלט, ווערט טיפער) און איך שטיק, דריק
22
אין זיך. א מיידל דארף זיך מיט אלעם באהאלטן. (שמייכלט מיט
ביטערניש) ווען מ'זאָל וויסן, האָט די מאמע מוירע, קען עס מיר נאָך צו
א שידוך שאטן. (שאָקלט מיטן קאָפּ, דערשטיקט א טרער) אָבער זיי,
די פּיאווקעס, זיי ווייסן דאָך מיין אומגליק. דאָך מאטערן זיי מיך און
פײיניקן דער מאמען. -- און די מאמע שווייגט. און איר שווייגן צופּט,
נאָגט, רייסט שמיקער.. (גיט זיך א כאפּ מיט די הענט בא די האָר
פון קאָפּ) איך װעל עס ניט אריבערטראָגן. איך װעל מעשוגע ווערן,
אוונער.
אוו נ ע ר (אָנכאפּנדיק זי בא די הענט): שיינדל, שיינדל! (דריסט
אירע הענט אין זיינע פול מיט מיטלייד און צערטלאכקייט) שיינדל, איך
וועל מאַנטיק גאנץ פרי אין אָפים גיין. שיינדל! שיינדל, בארואיק זיך.
| עס וועט אלעס זיין אָלריים.
(שטיל עפנט זיך די טיר. מאלסע, דערזעענדיק וי אוונער האלט
שיינדלס הענט אין זיינע, בלייבט שטיין ערשטוינט. מאכט שטיל צו די טיר
הינטער זיך. אוונער, דערפילנדיק מאלקעס אריינקומען, לאָזט נלייך אֶפּ
שיינדלס הענט. טרעט אֶפּ צוריק),
שיינ דל (זיך אומקערנדיק צו דער מאמען): שוין צוריק?
מא לק ש: דייאבלאָנסקים זיינען שוין אוועק.
אוונער: גיך געמאכט.
מאלקע: זיזיינען געגאנגען צו א שאָלױםזאָכאָר, האָבן זי
זיך אָפּנעשטעלט פאר א וויילע. (לאזט זיך גיין אין צווייטן צימער).
ש יינ דל (וועלנדיק פארהאלטן דער מאמען): דוויירעלע שלאָפט.
מ א לק ע: כװעל נאָר א קוק געבן. (אָפּ).
אוונ ער זיך איבערקוקנדיק א וויילע מיט שיינדלען, נעמט דעם
הוט): נו איצט מוז איך לויפן. נאָר זיי ניט פארצווייפלט! חערסט?
ס'וועט אלעס זיין אַלרײיט. (לאָזט זיך גיין).
שיינ דל לאַזט זיך נאָך אוונערן. שטיל) רעד ניט פאר קיינעם --
אוונער: פארלאָזזיך אף מיר. נאָר געדענק -- (אָפּ).
שיינ דל זיך אומקערנדיק מיט' פּאָנים צו דער טיר, רעכטס, קוקט
א וויילע שטארק באזאָרנט. זיפצט אָפּ): אך! (זעצט זיך, די פארקלאמער-
טע הענט אפן טיש אויסגעצוינן. קוקט וי די ליכט לעשן זיך, גייען אויס),
פ אַ ר ה אנ ג
צווייטער אקט
אין הינטערנרונט א האלבע וואנט ארויף ביזן סופיט. די צװייטע
העלסט -- א צאם פון שטאבעטן מיט א שוויננג טיר? צום ווינקל
צו,. אף דער וואנט א בראַנזענע טאבעלע מיט א גרויסן אוים"
שריפט ,צדקה תציל ממות". אונטער דעם אויפשריפט -- די
נעמען פון די מענאַדװוים. אריבער די שטאכעטן, ארומגעצאַמט
מיט א צװוייטן צאם, זיצט א מײד?ל בא א שרייב מאשין.
וויימער פון דעם מיידל זיצן אפּליקאנטן, ריידן צװישן זיך,
קרעכצן, דרייען זיך ארום װי סילועטן. פון צייט צו צייט
הערט זיך דאָס געוויין פון א קינד.
רעכטס, צוויי גרויסע קוואדראטנע פענצטער. לעבן די פענצטער
שראנקען מיט רעקאָרדס.
לינקס, א טיר, אין פֿאָדערגרונט פון טיר א שרייב סיש.
כעבן טיש א פּאַר שטולן.
מיס בירנבוים (באס שרייב טיש, באמערקנדיק וי מיסעס
קארש האָט זיך פארקוקט צווישן די אפּליקאנטן); איר האָט די רעקאַרדס?
מיסשס קא רש (בא די רעקאָרדס): אָט בין איך פארטיק.
(ציט שנע? ארויס א פּעק? פּאפּירן פון שופלאָד, לייגט צונויהּ די אלע פריער-
דיקע רעקאָרדס אין איין פּעקל. גייט צו צום שרייב טיש);: זי איז שוױן
דאָרט דאָ, די מיוכעסעס. אַנװייזנדיק מיט דער האנט צו די אפּליקאנטן)
און הערט א מייסע, װאָס איך האָב זיך אליין מיינע אױערן ניט
גענלויבט.
מיס בירנבוים: ווידער נייעס?
מיסעס קארש: דער בוטשער, דער באַרדער אירער, איז
אין איר פארכליאָפּטשעט, זאָגט מען, ביז איבער די אויערן. און איז
גרייט א כופּע צו שטעלן צו יעדער מינוט. (לאבט מיט א צװיידייטיקן
נעלעכטער?) װאָס זאָגט איר ניט אף דעם?
מיס בירנבוים: ריעלי? -- האַלעװאַי! -- פ'וואָלט שין
28
צייט געווען פּאַטער צו ווערן פון דער צאָרע אויך. א מיוכעסעס, אן
אָנשיקעניש!
מיסעצס ק א ר ש: הערט איר דאָך: איז זי וויל נאָך נים.
מ'זאָגט אפילע, אז די שכיינע האָט זיך צו אים געשאַדכנט. נאָר יענעץ
איז דאָך א באָבע אַנטקעגן איר. און זי ווידער דרייט נאָך מיטן שנוק.
זי דענקט, אז מיט אירע צוויי --- כ'וויל שוין ניט זאָגן װאָס --- וועם
זי זיך אף עפּעס בעסערס דערווארטן. איין קלייניקייט --- די כאזנטע!
-- און פארװאָס זאָל זי טאקע ניט ווארטן? ס'פעלט איר עפּעס? ניש-
קאָשע, ווען זי װאָלט באדארפט פינצטערן אף א דזשאב, װוי אנדערע,
װאָלט זי שוין לאנג כאַסענע געהאםט. אזוי איז דאָ אביסל נעקמאיס,
טוט זי אייך א טויווע און ארבעט א שאָ דורכן טאָג, לייטן דאָס מויל צו
פארמאכן. און איז קיין נעקטאַיס ניטאָ, וי אָםט די לעצטע פיר,
פינף װאַכן, איז דאָך אוואדע גוט. און פון איר פּרינצעסן איז דאָך שוין
אָפּג{ערעדט. אז זי ניט אייך א זעץ מיט דער טיר אין פּאָנים אריין,
דארפט איר איר נאָך באדאנקען.
מיס בירנבוים: שטעלט זיך פאָר, אז זי װועט שוין מער
קיין טיר אין פּאָנים ניט זעצן. איך האָב צו לאָנטש גערעדט מים די
באָרד װועגן איר. איך האָב זיי דערציילט װאָרט פאר װואָרט פון פריי-
טיק צונאכט. פון איר רעספּעקט פאר אייך, פאר מיר, און אין דזשע-
נעראל פון איר ליבץ און דאנקבארקייט פאַר אונדזער גאנצער ארבעט,
און איך האָב געקראָגן די פולע רעכט צו טאָן מיט איר וי זי פארדינט.
און זי וועט שוין בא מיר איצט כאסענע האָבן. (פּאוזע) איר האָט דאָך
נאָך איר טשעק!
מיסעס קארש: עראיזבא מיר אין הענד בעג. איך טראָג
אים אייך גלייך אריין. יל גיין), |
מיס בירנבוים: סאיז אַלרײט, איר ט'מיר אים שפּעמער
געבן. אבי ער איז נאָך בא אייך. מער קיין טשעקס קריגט זי בא מיר
ניט. (שטייט אויף, גיט א מיש דורך די רעקאָרדס, נעמט אראָפּ א טייל פאר
זיך) און די מאכט נרייט פאר מאַרגן,. און טוט עס טאקע גלייך, ווייל
א זיינער פיר וועט איר דארפן זיין בא דער טייערער מיסעס זעלינגער.
און איך װועל היינט אויך מוזן אוועקגיין פארפרי.
מיסעס קארש (נעמט די רעקאָרדס): כ'ועל זען זיין אין ציים,
(אָפּ, טיר לינקס), |
מיס בירנ בוים (גיט א קלנג אין טיש נלעקל, פעני סומט
20
אריין): בעט מיסטער זילבערטן אריין.
פעני: ער האָט שוין טאקע געבעטן אייך צו דערמאַנען
(טעלעפאָן קליננט. פעני אָפּ, הינטערגרונט טיר),
מיס בירנבוים: (אפן טעלעפאָן): ,די דזשואיש אייד". אַ
דר. גינזבורנ? יע. יעב איך װעל זיין. (אוונער קומט אריין דורך רער
הינטערגרונט טיר, בלייבט שטיין. מיס בירנבוים צו אוונערן) העוו א סיט,
מיסטער זילבערט. (אוונער זעצט זיך, הוסט אונטער צוביסלאך) יע! אָן
צווייפל. באשטימט! שור, שור. נוד באַי! (הייננט אויף דעם עמפּפאנ-
גער, ווענדעט זיך צו אוונערן מיט זייער א סימפּאטישן שמייכאלע) און דאָס
זייט איר מיסטער זילבערט אליין. (שטרעקט אויס די האנט) עס פריימ
מיך זייער אייך צו קענען.
א וונ ער (איפשטייענדיק, דריקט איר האנט): זייער אנגענעם,
מיס בירנבוים. (זעצט זיך).
מיס בירנבוים: עס פארדריסט מיך זייער, װאָס איר האָם
אומזיסט געווארט דעם גאנצן פרימאָרגן,. ווען איר מעלדעט זיך אָבער
גלייך צום דעסק --
אוונער: אָ ס'מאכט ניט!
ימיס בירנבוים: וו איר זעט, אזויפיל אפּליקאנטן יעדן
טאָג. און מ'מוז יעדן אויפנעמען און אויסהערן. אזויפיל צאָרעס! און
אָט, דאָ פאר לאָנטש, האָבן מיר אריינגעכאפּט א שטיקל קאַנפּערענס
אויך. אפילע אָפּעסן, זעט איר, קען מען נים וואו מ'זאָל נלייכציימיק
עפּעס ניט פארזאָרגן פארן קלאַל,
אוונער: און צאָרעס זעט מען דאָ גענוג.
מיס בירנבוים: טוט מיר טאקע האַנאָהע, װאָס איר האָמ
כאָטש די לעצטע שאָ פארבראכט אין אונדזער לייברערי. האָט איר
דאָרט געזען דעם לעצטן נומער , ארטם"?
אוונער: זײער א רייכערנומער..
מיס בירנבוים: איך בין שוין א סובסקרייבערן פאר די
לעצטעץ אכט, ניין יאָר געוויס. (שמייכלט) איר וועט זיך עפשער
וואונדערן, ווען איך וועל אייך זאָגן, אז מיסטער מאָגען, דער העד פון
דער אקאדעמי, איז געווען גאָר באנייסטערט פון מיין ארבעם, דאָם-
זעלבע מיסטער סאַלבוני. און איך צווייפל ניט, אז איך װאָלט זיך
אויסגעצייכנט אויך. האָט מיך אָבער דאָס קלאַל לעבן אזוי אוועק"
געצויגן --
27
אוונער: אך האָב געהערט. טאקע מיסטער מאָגען אליין
האָט מיר דערציילט וועגן אייך. ער האָט זייער ווארעם גערעדט וועגן
אייערע וואסער פארבן.
מיס ביר נב וי ם(דערפרייט): ריעלי? און איך האָב
אים שוין אזא ציים ניט געזען. איזנט אי א דיער סאָול? (קערט אום
דעם קאָפּ דערצאָרנט) מ'וויינט שוין דאָרט ווידער. איינשטילן א קינד
וועלן זיי קיינמאָל ניט. אָם אזוי א גאנצן טאָג נאָר געוויין און גע-
קלאָגערײי. פּיצלאך שלעפּט מען מיט זיך. און וויפל מאָל איך האָב
זי ניט געבעטן, אז זיי זאָלן לאָזן די קליינווארג אהיים, בריינגט מען
זיי ווי אף צולאכעסם, גראָד אהער. אך!--(פּאוזע) אנטשולדיקט, מיסטער
זילבערט, װאָס איך האָב אייך אָפּגעהאלטן אזוי לאנג -- איך װועל
אָבער זיין מער ווי צופרידן אייך צו דינען, אויב מיין סוירווים קען אייך
נאָר זיין פָּף יוז.
אוונע ר: בעסטן דאנק, מיס בירנבוים, איך שעץ זייער
אייער אָנבאָט. און איך בין טאקע געקומען אייך בעטן א קליינע
מויווע.
מיס בירנבוים: פיטןגרעסטן פארגעניגן. .
א וונע ר (עטװאָס שטאמלענדיק): איר פארשמייט, איך האָב
מיט אייך געװאָלט ריידן -- בעסער געזאָגט, איך האָב אייך געװאָלט
בעטן -- | |
מיס בירנבוים:- אר דארפט מיך אפילע ניט בעטן
(צענייט זיך אין א זיס שמייכאלע) איך קען די קינסטלער, און איך וויים
זייער גוט זייער שעמעוודיקייט און באשיידנקייט. אייער פּראָיעקט
איז מיר זייער געפעלן. אן אויסגעצייכנטע קאָמפּאָזיציע, און די אידעץ
איז איבערטרעפלאך. און אלס די פּרעזידענטן פון דעם דיימאַנד
מעמאָריאל פאונטן" קען איך אייך זאָגן, אז איך װעל אלעם טאָן --
(פּאוזע. שמייכלט).
א וונ ע ר (אופשטייענדיק, דערפרייט און אין פארלענענהייט);
זייער, זייער אָנגעלײגט. טויזנט דאנקען אייך, מים בירנבוים! (לאנגע
פּאָוזע). אָבער ניט דאָס, מיס בירנבוים --
מיס בירנ בוים (איבעראשט, און מיט פארדרוס אף זיך
אליין); = אנטשולדיקט, מיסטער זילבערט. (איראַניש) נאָר איר ווייסט
דאָך ווי מ'זאָגט: --- נאָך א װואָרט אין געאייל לויפם א נאַר פאר א מייל.
(שמייכלט) מעג איך הערן אייער פארלאנג?
28
אוונער (עצט זיך. נערוועז): איך האָב מיט אייך געװאָלט
ריידן וועגן מיסעס קאנטאָר.
מיס בכירנכוים : מיסעס קאנטאָר? (קאַנטראָלירט איר אוים-
רענונג), איר זייט קרויווים, ניין?
אוונער: קין קרױיוים ניט. |
מיס בירנבוים: ניט קיין קאָרעװו?
אוונער: אפרינט, א לאנדסמאן בלויז.
מיסבירנבוים: אוו מיפעס קאנטאָר האָט אייך אהער
געשיקט?
אוונער: אַ,ניין! זי וויים אפילע ניט.
מיס בירנבוים: אזי? (איראָניש) זי ווייס אפילע ניט.
(שטייט אויף) זייער פיין פון אייער זייט, מיסטער זילבערט. אָבער
זאָגן מוז איך אייך: איך װאָלט אייך גערן און מיטן גאנצן הארצן וועלן
דינען, נאָר ווען עס האנדלט זיך וועגן מיסעס קאנטאָר -- און זי
אליין האָט אייך אהער אויך ניט געשיקט -- (פּאוזע) עס טוט מיר זייער
לייד, נאַר איך קען פאר אייך גאָרנישט ניט טאָן.
אוונער געטראָפן): אָבער הערט, מיס בירנבוים --
מיס בכירנבוים: אך װאָס האָבן מיר שין ניט געהערט?
און איר פארשטייט דאָך אליין, --- מיט אונדזער בעסטן ווילן קענען
מיר ניט שטיין אין דינסט צו איין פאמיליע און נאָך --
אוונ ער (אוממגעדולדיק): אָבער הערט, מיס בירנבוים --
מיס בירנבוים יט א מאך מיט דער האנט): מיר וייסן,
מיר ווייסן, מיסטער זילבערט --
אוונער: אָבער איר ווייסט ניט --
מיס בירנבוים (מיט װירדע): וױדערשפּרעכט מיך ניט!
איך בעט אייך.
אוונער: אנטשלדיקט! איך מיין אייך נים צו װידערשפּרעכן.
נאָר גיט מיר איין װאָרט. א קליינע מענטשלאכע טויווע בין איך אייך
געקומען בעטן.
מיס כירנבוים (איראָניש): א מענטשלאכע טויווע. (מיט
א דין שמייכעלע) מיינט איר מיר צו זאָנן אז דאָס, װאָס מיר האָבן גץ-
טאָן די לעצטע דריי יאָר פאַר מיסעס קאנטאָר איז ניט מענטשלאך
גענוג?
א וונע ר (אינעראשט): אָבער אנטשולדיקט, מים בירנבוים.
29
אזא אומשולדיק װאָרט,
מיס בירנבוים: מיר פארשטייען! (זיך אָנבױיננדיק עטװאָס
איבערן שרייב טיש, צו אוונערן) און איך וויל אייך נאָך אמאָל זאָנן:
מיט אונדזער בעסטן ווילן קענען מיר ניט שטיין אין דינסט צו איין
פאמיליע, ווען אזויפיל אפּליקאנטן ווארטן טענלאך פאר הילף,
אוונער (צשטייענדיק): אָבער הערט מיך אוים,
מיס בירנבוים (מיטא וייכערן טאָן): מיר האָבן שוין גע"
נוג, גענוג געהערט,מיסטער זילבערט. מער ווי גענוג, נלויבט מיר,
א ונ ע ר (אויפשטייענדיק אין פּראָטעסט): אָלרייט! (פּאווע)
טאָ הערט די יעסוימע, ווען איר קענט מיך ניט הערן.
מיס בירנבוים (גאנץ געלאסן): די יעסוימע?
אוונע ר: די יעסוימע פון פאַנטאן, װאָס איר באוואונדערט
אזוי. |
מיס בירנבוים: איך פארשטיי ניט. װאָס האָט די
יעסוימע פון פאָנטאן דאָ צו טאָן? |
אוונער: שינדלס קאָפּ טראָגט די יעסוימע. און אין שיינדלס
נאָמען פאָדער איך דאָס װאָרט, |
מיס בירנבוים (מיטא דין שמייכעלע אף די ליפּן): שיינדל,
די יעסוימע. -- און איך האָב גלייך געדענקט, אז דאָס איז זי. נאָר
איך װאָלט קיינמאָל ניט גענלויבט, אז זי זאָל פּאָזירן -- און אין אזא
פּאָזץ? (פּאוזע) מיסעס קאנטאָר האָט אייך אף דעם זיכער קיין דער"
לויבעניש ניט געגעבן.
א וונ ע ר (אויפגעבראכט): דארף איך אייך בריינגען א ציי-
געניש?
מיס בירנבוים (א מאך טוענדיק מיט דער האנט): געיננוג!
(פּאוזע) איך האָב פון א סקולפּטאָר אין אייער גראד געמעגט דערווארטן
אביסל מער רעספּעקט.
אוונער (אין צאָרן): רעספּעקט פון א סקלפּטאָר, ווען איר
האָט ניט קיין רעספּעקט פאר א מענטשן,
מיס ביר בוים (אביסל אָפּנעקילט און פארביסן): סאיז
א כוצפּע, װועל איך זאָגן. און ווען איך זאָל ניט שעצן מיין סעלף
רעספּעקט װאָלט איך --און זאָגן וויל איך אייך, אז איך האָכ מער פאר
אייך קיין צייט ניט, מיסטער זילבערט,
אוונער (מיט פיל באטאָנונג): הערט איר אלעמען אזוי אויט?
30
מיס בירנבוים (פייערנדיק): צי איך הער, צי איך הער
ניט, -- נאָר אייך האָב איך שוין היינט געהערט מער וי גענוג. און
איך זאָג אייך א צווייטן מאָל, מיסטער זילבערט, -- איך האָב מער פאר
אייך קיין צייט ניט! (פּאוזע) ווילט איר מיך צווינגען איך זאָל אריינ-
רופן ---
אוונער: א דאנק, מיס בירנבוים, צו װאָס באמיען די דינער-
שאפט? (ווארפט איר צו א פילדייטיקן בליק. אָפּ, הינטערגרונט טיר),
פעני: נעקסט!
! (באם שווינג טיר? האמפּערן זיך א מאן און א פרוי. ביידע שטופּן
זיך און שרייען ,ס'איז מיין נעקסט, ס'איז מ-מיין נעקסט". דער מאן שטופּט
מיט גוואלד אוועק די פרוי, רייסט זיך אריין).
מיס בירנבוים (יך האָבנדיק צונעקוקט צום געראנג? פון דעם
מאן און פרוי, גיט מיטאמאָל א קלונג אין טיש גלעקל און א רוף) פעני! (גע-
ווענדט צום מאן): האָט מען אייך גערופן?
איקעוואט ער: סאז מ-מיין נ-נעקסט, איך זאָל אזוי
לעבן. ס'איז מ-מ-מיין נינעקסט,
9 ע נ י (אריינקומענדיק דורך דער הינטערגרונט טיר, בלייבט שטיין);
יעם-- |
מיס בירנ בוים (צו פענין): שיק מיר גלייך אריין די
כאזנטע, די מיוכעסעם,
(פעני אָפּ),
מיס בירנבוים (צום איקעוואטן);: גייט, מיסטער צאַדיק,
גייט און ווארט ביז מ'וועט אייך רופן. |
איקעוואטער: סאי מימ-מיין נינעקסט. איך שער אייך
ביבא מיין ווייב און קיק-קינדער. די ק-ק-קורנאָסע אידענע איז נאָך
געווען אף דידי טרעפּ, ב-בין איך שוין ג-געווען אינװייניק. זאָל זי זאָגן
די קיק-קורנאָסע --
פעני (אוױיסרופנדיק): מיסעס קאנטאָר! (זעצט זיך צוריק בא דער
שרייב מאשין). |
מיס בירנבוים (מיט וידערגעפיל און באפעל?): איך גליב
אייך, מר. צאַדיק, נאָר גייט, גייט ביז מ'וועם אייך רופן,
איק עווא ט ער (ארױיסנייענדיק): די ק-ק-קורנאָסע -- פאר-
ברענט זאָל זי ווערן.
מ א ל ק ע (אריינקומענדיק דורך דער שווינג טיר?, לאָזט דורך דעם
81
:איקעוואטן. צוקומענדיק צום שרייבטיש. שטיל): העלאָו, מים בירנבוים.
מיס בירנבוים(אנווייזנדיק אף א דערבייאיקן שטול);: זיצט.
{מאלקע זעצט זיך) ווי פילט איר, מיסעס קאנטאָר?
מאַלקע: אדאנקגאָט. ניט צו פארזינדיקן.
מיס בירנבוים: א װאָס מאכט די קליינע?
מאלקע: אָט, וי א טאָג.
מיס כירנבוים: או דיגרױסע װאָס מאכט? (מלכה זיפצט
אָפּ. שווייגט) איז װאָס שווייגט איר? (הארט און שטריינג) אייער שווייגן
זאַנט מיר גאָרניט,
מא לק ע: װאָסזאָלאיך אייך זאָגן, מיס בירנבוים? איר ווייסט
זדאָך --
מיס בירנבוים: פין, פיין! איז װאָס דענקט זי איצט
צו טאָן, די פּרינצעסן? (פּאוזע) דענקט זי עפשער, אז מיר וועלן איצט
זוידער נעמען ארומלויפן איבער דער שטאָט און זוכן פאר איר נייע
דזשאבם? |
מאלקע: זיװעט מאָרגן אליין ארויסגיין --
מיס בירנכוים: שינדלװעט ארויסגיין זוכן א דזשאב? !
טוט א לאך. וערט גלייך שטריינג ערנסט) ווען זי זאָל וועלן ארבעטן.
װואָלט זי זיך מיט אזעלכע טייערע דזשאבס, וי זי האָט געהאט, ניט
ארומנעװאָרפן.
מ א ל ק ע: װואָס זאָל מען טאָן, אז זי קען פאָרט ניט זען וי
ומ'שפּאלט לעבעדיקע פיש.
מיס בירנבוים (לאכט): א פיינער דושאוק, כ'לעבן. און
;איר גלויבט איר װאָס זי זאָגט אייך ?
מאלקץע: ארזעט דאָך, מיס בירנבוים.
מיס בכירנבוים: אר זעט, איר זעט, מיסעם קאנטאָר.
דאַר אז זי פארדרייט זיך דעם קאָפּ מיט די באיעס, דאָס טאָר א גאָטם
פפּאַרכטיקע מאמע ניט זען *-.
מאלקע: קינער קומט דאָך שוין ניט מער.
מיס בירנבוים: אדאנק אייך! (פּאוזע) קיינער קומט נים
:מער! (פוקט איר נלייך און פאָרשנד אריין אין די אויגן) און מיסטער
זילבערט? |
מאלקע: אונער? |
מֹ יס בירנבוים: אונער., וי איר רופט אים.
5
32
מ אל קע: ער איז דער איינציקער -- א לאנדסמאן
מיס בירנבוים (באטאַנענדיק): א לאנדסמאן. (פּאוזע}
ווייסט איר אז אייער טייערער לאנדסמאן איז א סקולפּמטאָר?
מאלקע: אָגיע. אין דער חיים נאָך האָט ער געקנאָטן אי
ליים,
מיס בירנבוים: ווייסט איר יע, אז אייער לאנדסמאן
איז א סקולפּטאַר, ווייסט איר אויך, אז אייער שיינדל האָט פּאָזירם+
פאר אייער טייערן לאנדסמאן -- א האלב נאקעטע? זעכצן יאָר א
קינד און --
מא לקע (דערציטערט): יין שיינדל?
מיס בירנבוים: איער שיינדל און אייער לאנדסמאן.
מ א ל ק ע אויפשטייענדיק): ס'איז א לינן! א טאָעס! (לאָזט
זיך אראָפּ אפן שטו?),
מיס בירננ בוים (אף די פיס): מאכט איר מיך פאר א
ליגנערן?
מ אל ק ע (דערוואכנדיק): נאָט באחיט! נאַר --
מיס בירנבוים: ואָס נאָר?
מאלקע: נאָר סאיז א טאָעס, ס'איז א טאָעס. -- איר קאָפּ
: האָט ער געקלעפּט.
מיס בירנבוים (עצט זיך): איר ניט שוין צו. (מיט אי
דין שמייכעלע) פון א קאָפּ ווייסט איר שוין יע. דאָס איז גוט גענוג.
און דאָס, װאָס איר ווייסט ניט, איז נאָך ערגער. נאָר מיט שיינדלעל
זיינען מיר שוין פארטיק. זי איז אוועק אף דעם ריכטיקן דערעך. ניטאַ
װאָס צו ריידן איצט האָט איר גענומען פירן די קליינע אף דעמזעלבן
וועג. אזא שרימפּ פּוצט איר שוין אין די טייערסטע ריבנם,
מ א ל ק ע (צעטומלט): װאָס?
מיס בירנבוי ם: פון די ריבנס וייסט איר איך נים,
ווילט איר מיר זאָנן?
מאלקע: דירױטע באנד?
מיס בירנבוים: דירױטע באנד.
מאלקע: סאי שיינדלס,
מיס בירנבוים : און דאָס האָט זי פון אירע גרויסץ
וויידזשעס אָפּנעשפּאָרט, װאָם?
מ א ל ק ע (דרייסט) דאָס האָט איר עטל גענעבן א מאמאַנע צו
38
איר געבורטסטאָג. |
מים בירנבוים: אפיינע מאטאָנע. (קוקט מאלקען נלייך
אין די אויגן) און די פיש, פלייש, זופּ, דיזאירט און צימעס -- אלע זיבן
דישעס פאר איין פרייטיק צונאכט.
מאלקע: װאָס? (קוקט מיס בירנבוים דרייסט אין פּאָנים. רעדט
געלאסן) מער וי א שטיקל אָף, זופּ און אביסל פלוימען איז אף מיין
טיש --
מיס בירנבוים: פיש אפןטיש!
מ אל ק ע (מיט דערזעלבער געלאסנקייט): א שמיקל פיש בלויז
פאר רעב סענדערן.
מיס בירנבוים: פיש איז שוין יע געווען, איר גיט צן.
מאלקע: סהאָט אים פּערל, די שכיינע, וי יעדן שאבעם, מיט
א קארפן קאָפּ מעכאבעד געווען.
מיס בירנבוים: אן איער עפּרישיאיישן פארפעלט איר
אויך ניט ארויסצואווייזן בא יעדער בעסטער געלעגענהייט.
מ אל ק שׂ (בעטנדיק) מים בירנבוים --
מיס בירנבוים: פארקלאפן די טיר אין פּאָנים פון מיסעס
קארש. מיסעס קארש, װאָס האָט פאר אייער שיינדלען מער וי פאר
אן אייגן קינד געטאָן. און דאָס איז די עפּרישיאיישן! דאָס איז די
דאנקבארקייט פאר דריי יאָר אונערמידלאכע ארבעט! אָבער ווייטער
אזוי אָנגײן קען עס ניט. איצט, אז איר וועט אָננעמען אונדזער עדווייז,
איז גוט. ווען ניט, װועט איר זיך קענען העלפן אף װאָס פאר א וועג
איר וועט זיך אליין וועלן. (פּאוזע) אז איר קענט אייערע קינדער ניט
דערציען, אין דעם האָט איר אונדז שוין לאנג איבערציינגט. אייער
קליינע קריינקט קעסיידער און בא אייך וועט זי קיינמאָל געזונט נים
ווערן . אייער דוויירקע איז בלוט אָרים. זי דארף האָבן א פאנאטאָריום.
און מער קיין פּרייוועט דאָקטאָרס קענען מיר אייך ניט שיקן.
מ א ל ק ע (דערציטערט): א סאנאטאָריום?
מיס בירנבוים: יע א סאנאטאָריום.
מאלקע: אא אױפעלע אין פרעמדע הענט. (גערירט) זעקס
יאָר א קינד, א שטום פיינעלע און אָן א שפּראך --
מיס בירנבוים: זיװעם זיך דאָרט אויסלערנען ענגליש.
און שוין דאָס אליין װאָלט אלעס ווערט געווען. בא אייך װאָלט זי
אלע יאָרן נעבליבן א גרינהאָרן, און געזונם וועט זי בא אייך קיינטאָל
ניםט ווערן.
44
מאלקע: אָבער, מים בירנבוים --
מיס בירנבוים (א מאך טוענדיק מיט דער האנט): ווארט!
ווארט און הערט. נאַכער װועט איר קענען גיין אהיים און באשליסן
װאָס אייער הארץ גלוסט. -- און פאר אייער שיינדלען האָבן מיר אלעס
געטאָן. אלע אירע קאפּריזן נאָכגעגעבן, אָבער זי האָט מיט אונדז נים
געװאָלט קאָאַפּערײטן. זי וויל ניט ארבעטן, זי װעט קיינמאָל ניט
ארבעטן,
מ א ל ק ע (בעטנדיק); זי איז קראנק.
מיס בירנבוים: או פיל קראנקער וי איר דענקט. -- זי
האָט זיך איינגערעדט גאָר די קראנקהייטן פון דער וועלט, און דאָס
איז אן ערנסטע קריינק. צו דעם איז זי דענעווירט, צעלאָזן און אומ-
פאראנטװאָרטלאך. און דער איינציקער, בעסטער און פּראקטישסמטער
פּלאץ איז פאר איר --- דער סטייט האָספּיטל,
מא לקע גאָר אויסער זיך. שפּרינגט אויף. קוקט מיט שרעק מים
בירנבוים אין די אויגן אריין): אין מעשונאַים הויז?
מיס בירנבוים (עלאס): אױכב איר וילט די זאך
זאָל אויסזען גרעסער וי עס איז, רופט עס מעשונאָים הויז. (פאוזע)
ס'איז אָבער ניט קיין מעשונאַים הויז. זיי האָבן דאָרט א באזונדערע
אָפּטײלונג פאר דענערווירטע, ווי זי איז,
מ א ל ק ע: נאָט איז מיט אייך! װאָס רעהט איר מיס בירנ-
בוים? האָט דאָך דר. גליקשטיין ערשט פאר צוויי װואָכן געזאַָנט, אז
אלעס װאָס זי דארף האָבן איז רו, קיין אויפרעגונג -- און זי וועט עס
אריבערוואקטן ---
מיס בירנבוים: או דאָס זאָגן מיר אויך! -- זי מוז האָבן
רו, אָבער עמעסע רו -- ניט וי בא אייך. זי מוז האָבן א האָספּיטל, און
דאָס גיבן מיר איר. א האָספּיטל אונטער דער אויפזיכט פון דאָקמטױ
רים ספּעציאליסטן, און איר דארפט זיין דאנקבאר דערפאר,
מ אל ק ע (מיט געבעט): קענט איר עס זאָגן? קענט איר שיקן
אזא קינד אין מעשוגאָים הויז? (ברעכט מיט די הענט),
מיס בירנבוים (באפעלעריש): ברעכט ניט מיט די הענט!
איך האָב צו אייך גערעדט וי צו א שוועסטער, און איר מוזט זיין קאַנטי-
קווענט. מיר זיינען אויסן אייער טויווע און די מויווע פון אייערע
קינדער. מיר ווילן זען אייערע קינדער געזונט, און זיי וועלן זיין גע-
זונט, אויב איר וװועט זיך אונדז ניט שטעלן אין וועג. (פּאוזע) און
58
איר װועט אויך קומען צו אייערע קויכעס. איר וועט פריי ווערן, און
מיט דער צייט וועט איר קענען ארויסגיין פארדינען אייער אייגן שטיקל
ברויט. א זאך װאָס איר טרוימט און ווינשט זיך אליין. און מיר העלפן
אייך אין דעם.
מא לקע (מיט א טרער אין אויג): פארשטייט, מיס בירנבוים.--
די אומגעבונג אליין איז דאָך דאָרט גענוג א געזונטן מעשוגע צו מאכן.
מיס בירנבוים (מיט א העכערן אױטאָריטיון טאָן): ניט
מעשוגע צו מאכן שיקן מיר זי אהין, נאָר געזונט צו מאכן -- געדענקט!
מ א ל ק ע (אפן שועל פון איינברוך);: האָט ראכמאָנעס, מים
בירנבוים. א מאמעס הארץ רופט צו אייך און בעט ראכמים. שטראָפט
מיך מיט אל די שטראָף פון קאַף-האַקאַל, נאַר לאָזט מיר מיינע קינדער.
האָט ראכמאָנעס! --
מיס בירנבוים (קאלט און געלאסן): דאָס װאָס מיר טוען,
איז מיט ראכמאַנעס. ראכמאַנעס אף אייערע קינדער, אויב ניט אף
אייך,
מ אל ק ע (צופאלנדיק צום טיש מיט א ציטערדיק קאָל): ראַכמאָ
נעס? --- רויבן די קינדער פון מאמען, -- ראכמאָנעס -- (שטייט אָנגע-
שפּארט אָן טיש, קוקט מיט פארגלייזטע אויגן).
מיס בירנבוים (א זעץ טוענדיק אין טיש): ניט רויבן איר
הערט? מיר זיינען ניט קיין רויבער! און ניט געטעאַטראַלעװעט!--מיר
טוען דאָס בעסטע װאָס מיר קענען. איצט גייט אחהיים און באשליסט,
מא לק ע (קערט זיך אום צו דער וואנט, װישט אויס די אויגן. קערט
זיך אום צוריק, ציט ארויף דעם שאל אפן קאָפּ, גלייכט זיך אויס.. שטיל
מיט א ספּאזמאטישן ציטער אין קאָל, פארלאָזנדיק);: קיינער רויבט ניט,
קיינער, קיינער -- (אָפּ, שווינג טירל).
(מיס בירנבוים מישט דורך די רעקאָרדס, טוט א קוק אפן האנט
זייגערל).
פעני: נעקסט!
(צום שווינג טיר? גיבן זיך ווידער א יאָג דער איקעוואטער און די
קורנאָסע אידענע. ראנגלען זיך און שרייען: ,ס'איז מיין נעקסט, ס'איז מ"מיין
נעקסט". דער איקעוואטער רייסט זיך ווידער אריין. מיס בירנבוים בא-
געגנט אים אָבער מיט אזא בליק, אז ער ציט זיך גלייך וי א האָז צוריק),
מיס בירנבוים (גיט א קלנג אין טיש נלעקל און א רוף):
פעני! (זי עפנט די טיר פינקס, רופט) מיסעם קארש!
(פעני אריין).
0
מיס בי רנבוים: אױב מיסעס שלוצקי וועט אָפּקאָלן הייס
איר רינגען -- סענטראל 7. און זאָנט זיי דאָרט, אז זיי זאָלן אלץ גיין
אחיים און קומען מאָרגן גאנץ פרי.
(פעני אָפּ. מיסעס קארש קומט אריין),
מיס בירנבוים { געענדיקט מיט דער מיוכעסעם. זי וועמ
שוין איצט אפילץ מיטן טייוול כאסענע האָבן.
9 עני (אפן קאָל צו די אפּליקאנטן); איר קענט איצט אלע גיין
אחיים און קומט מאָרגן גאנץ פרי, פארגעסט ניט,
מיסעס קאר ש { = אָט אזוי, זאָל זי וויסן. זאָל זי האָבן א
לעסן.
(פון יענער זייס צאם ווערט א געשריי און געדראנג. אלע רייסן
זיך אריינצוגיין מיטאמאָל,. פעני פּרובירט זיי צו פארחאלטן, נאָר עס געלינגט
איר ניט).
מיס בירנבוים: זעטנאָרא שפּארעניש! (קוקט מיט פאר-
אכטונג) זעט, זעט -- (צו מיסעס קארש) שיקט זיי אהיים! (אִפּ טיר לינקס).
(אייניקע האָבן זיך שוין אריינגעריסן און אלע שרייען מיטאמאָל;
-- איך מוז זען מיס בירנבוים, -- איך ווארט פון אינדערפרי אָן. --- מיין מאן
איז קראנק. --- אִו מיין פוס. --- איך מוז מאָרגן זיין אין קאורט. --- שטופט
זיך ניט אזוי! (א קינד וויינט) -- מ'האָט מיך אין גאס ארויסגעשטעלט. ---
איך מוז האָבן א דאָקטער. --- לאָזט מיך אריין! -- )
מ י םס ע ס ק א ר שׁ (לויפט, פארשטעלט מיט די הענט, שטופּט די
אפּליקאנטן צוריק און שרייט); גייט אחיים, איר ט'מאָרגן קומען. גייט
אהיים! (די אפּליקאנטן לאָזן זיך ניט, טיינען דאָס זייעריקע. ענדלאך
שטופּט זי זי ארויס. מיט האסט לויפט זי צו צו די שראנקלאך און פארמאכט
מיט א זעץ די שופּלאָדן) אזעלכע שנאָרער!
פ אַ ר ה א נ גנ
07
דריטער אקט
דאַסזעלבע צימער װי אין ערשטן אקט. די ניי מאשין אָפּנעדעקט.
דער טיש אָן א סישטוך. װאַכעדיק.
(פון צווייטן צימער קומט ארויס שיינדל אף די שפּיץ מיננער.
מאכט פּאמעלאכקע צו די טיר הינטער זיך, נעמט צונויף די שטיקלאך
שמאטקעס פון דיל, הויבט אויף די ליאלקע און ליינט זי אוועק אַףּ דער מאשין.
עפנט אויף דעם בוך, װאָס אפן טיש, קוקט אריין א וויילע, פארמאכט, צום
סאָף נעמט זי דאָס שיסעלע זייף וואסער, זעצט זיך אף דער קושעטקע, די פיס
הינטער זיך, און לאָזט פארטראכטערהייד זייפנבלאָזן אין לופט, מ'קלאפּט),
שׁ יינ דל (א צעטומלטע שפּדינגט אראָפּ פון קושעטקע. שטעלט גיך
אוועק דאָס שיסעלע זייף וואסער אף דער מאשין): קאִם אין!
(אוונער קומט אריין).
שיינדל (דריקנדיק די האנט צום הארצן): האָסט מיך אזוי דער-
שראָקן.
אוונער: מיטוװאָם?
שיינדל (שמייכלענדיק פון איר אייגענער צעטומלטקייט): איך האָב
זיך מיט דוויירעלעס זײיפּנבלאָזן פארשפּילט, און אין ווייטע וועלטן
פארפלויגן. מיטאמאָל, איך הער א קלאפּן אין טיר. דאָס הארץ איז
מיר איינגעפאלן. איך האָב געמיינט, אז די מאמע קומט. (לאכט) און
איך האָב בעאיים מייסע גאָר פארגעסן, אז די מאמע װאָלט אריין נימ
אָנקלאפּנדיק,
אוונ ער (יך ארומקוקנדיק): דויירעלע שלאָפט?
99
שיינדל: יע. או ס'איז אזוי כמורנע אין דרויסן (אוונער אָנ
געשפּארט אָן ברעג טיש, קוקט פארטראכט) אוונער, (אוונער הויבט אויף דעם
קאָפּ, שיינד? צוטרעטנדיק) װואָס שטייסטו אזוי פארזאָרגט?
א וונ ער (מאכט אַפּאֶר טריט, רעדט מער וי צו זיך): איך האָב א
גוטע זאך געװאָלט טאָן און --
שיינ ד ל?: או װאָס? (קוקט אף אונערן מיט א אומרואיקן,
פאָרשנדן בליק) פון וואנען קומסטו איצט?
אוונער: פון זי.
שיינדל: ביט טאקע געגאנגען? (פּאזע) איז וי קומסמו
אזוי שפּעם צוריק? (אוונער שווייגט אָנגעשפּארט אָן טיש די אויגן צו דער
ערד אראָפּנעלאָזן, פארטראכט) האָסט זיך דאָרט מיט דער מאמען בא"
געגנט, ניין?
אוונער: מירהאָבן זיך אויסגעמיטן
ש יינ דל (אָטעמט פרייער אָפּ): עמעס? -- אָבער וי אזוי? די
מאמע איז דאָך דאָרט ---
אוונכ ער: הערסט דאָך: איך בין דאָרט גלייך אינדערפרי.
געווען, ווי איך האָב דיר צוגעזאָגט. נאָר איך האָב נעהאנדלט וי א
גדינער, און עפשער (טראכט א וויילע) פארשמייסט: --- איך האָב גלייך
באדארפט ניין דורכן פּאראדנעם כאָד, קאָפּ פאריסן, װווי עס גייט אן
אַלרײמניק אין אמעריקע. איך האָב זיך אויך באדארפט אויספּוצן וי
א ספּאָרט, און דער טאָעס װאָלט ניט געשען און קיינמאָל ניט געקענט
געשען. ניט מװואָלט מיך געלאָזט זיצן אין ווארט צימער, וי אן
אפּליקאנט צווישן די אפּליקאנטן, און ניט די װאָלטעטיקע, ברייט
הארציקע מים בירנבוים, די אלטע מויד, די שלאננ, װאָלט געוואגט מיר
פאָרצושלאַנן איר גנעדיקע דינסט צו גונסטן פון מיין פּראַָיעקט.
אָבער --
שיינדל: אָבער װאָס?
אוונער: אָבער-- (א לאנגע פּאוזע) אך װאָס איך האָכ זיך
דאָרט אַנגעזען און אָנגעהערט. (פּאוזע) דו זיצטסט, און ארום דיר
זיצן מענטשן מיט זייערע פּעקלאך צאָרעס צעליינט און צעבונדן. און
װואָס מער צאָרעס איינער האָט, אלץ כאָשעװער, זיכערער פילט ער
זיך, --- הערסט און שטוינסט, און פילסט, אז אָט שפּאלט זיך דיר דער
מויעך. קוקסט, און פאר דיינע אויגן שטייגט א געפאלנקייט, װאָס
שטייפט דיין פויסט און רעגט.--און אָט זעסטו אין ווינקל איינעם פאר-
40
רוקט א געהייליקמן אין ליידן. -- און אָט זיצט דער, וועמען די יאָרן
פון אומגליק און דערנידערונג האָבן ביז צו גלייכגילטיקייט און
אומפארשעמטקייט פארפּייניקט. אױיסגעטאָן פונם לעצטן פייננבלעטל.
נאקעט זיין שאנד אין דרויסן ארויסגעשטעלט, דוכט זיך שריים: מיין
שאנד אף אייערע קעפּ, און אף די קעפּ פון אייערע קינדס קינדער --
מיין שאנד!
שיינ דל (אין אויפרעגונג): אוונער!
א וונע ר (וי דערוואכנדיק): א?
ש יינ דל (שטיל און שעמעוודיק): און מיט דער מאמען
אוונער --
אוונער: יע אָט הער: איך גיב זיך א כאפּ -- דער זייגער
איז שוין באַלד צוועלף. און דאָ דערמאָן איך זיך, אז דיין מאטע
דארף באלד אָנקומען. האָב איך זיך שנעל אויפגעהויבן, צוגעגאנגען
צום מיידל בא דער שרייב מאשין און זאָג איר, אז איך ויל
זען מים בירנבוים. ,ווייט פאָר יור נעקסט", גיט זי מיר אן ענטפּער,
נעם איך ארוים מיין וויזיט קארטל, דערלאנג איר, דערמאַנענדיק דער-
ביי אז איך בין ניט קיין אפּליקאנט. גִיט זי נאָך אמאָל אף מיר א קוק
פון אויבן אראָפּ -- מאשמאָעס מיין אָנטאַן האָט איר זייער געכידעשט.
איז ארויס און זיך גלייך אומגעקערט גאָר אנאנדערע. מיט א שמייכל,
ליבלאכקייט און אנטשולדיגונג װאָס מיס בירנבוים קען מיך גלייך נים
אויפנעמען, האָט זי מיך איינגעלאדן אין זייער ביבליאָטעק און געבעטן
ווארטן. און אזוי ווארטנדיק, אין ביבליאָטעק, האָבן מיר זיך אוים-
געמיטן,
שיינ דל און זי האָט דיך אויפגענומען?
א וונ ע ר (אויסציענדיק): וע --
ש יינ דל = איז װאָס האָסטו מיט איר גערעדט?
א וונער (נערוועז. טוט א הוסט): גאָרניט גערעדט.
שיינד ל: האָסט נאָרניט געזאָנט?
אוונער (מאכנדיק א פֹּאַר טריט): יע, נאָר --
שיינדל אים אָנקוקנדיק, נאָך א קורצן שווייגן): איז װאָס האָמ
זי געזאָגט?
אוונער: זי האָט אױך נאָרניט געזאָגט.
שיינ דל (פארלאָרן): דו האָסט גאָרניט געזאָגט און זי האָט
גאָרניט געזאָגט --
41
א וונע ר אומגעדולדיק, מיט היץ): יע, מיר האָבן ביידע גע
זאָגט. (כאפּט זיך גלייך צוריק) נאָר ס'איז ניט וויכטיק, פארשמייסט?
(רעדט וי צו זיך) ס'איז גוט אזוי. (פּאוזע) זי האָט איר גאנצן קאַס און
צאָרן צו מיר אױיסגעלאָזן ---
שיינדל: א
אוונער: נאָר ס'איז נאָרניט, פארשטייסט, ס'איז גוט אזוי.
זי וועט איר איצט בעפער באהאנדלען. פארשטייסט? זי וועט זיך דאָך
שעמען -- פּאָרט א סקולפּטאָר. (נערוועז) נאָר װאָס, -- נו -- אך! -- אַ!
--- ס'איז נוט אזוי. ס'וועט נאָך זיין נוט, ס'מוז זיין גום. בעסער, בע"
סער וי מיר דענקען. |
שיינדל: בעסער צי ערגער, ווער ווייס? (זיפצט אָפּ).
אוונער: בעסער, בעסער! איך בין זיכער, אז בעסער. (פּאווע)
און דאָס ערגסטע װאָס קען זיין?
שׁ יינ דל (בוינט נערוועז די פינגער פון די הענט): װאָס זי האָט
שוין לאנג געסטראשעט צו טאָן. (לאָזט זיך אראָפּ אפן שטול, קוקט אין
דער ווייט אריין).
אוונער: אופהערן שטיצן?
ש י י נ ד ל פּיינליך אוֹן מיט א צאַרפולן שמייכ?): אויפהערן
שמיצן.
אוונער (טראכט א וויילע); - איז אויך קיין אומנליק ניט. (זיך
אָנבויננדיק איבערן שטול צו שיינדלען) הערסט, שיינדל? (שיינד? צעעפנט
ברייט די אויגן, קוקט ארויף מיט נרויס דערווארטונג) איך טראכט -- יע,
דו ווייסט דאָך שוין פון דעם פּריז, װאָס איך האלט כאם געווינען. (מיט
פרייד) און ס'איז ניט קיין כאָלעם, הערסט? -- זי אליין, די שלאנג, האָט
מיך קאָמפּלימענטירט. --- ,ס'איז א וואונדערלאך ווערק", האָט זי צו
מיר געזאַנט, און זי איז די פּרעזידענטן פון קאָמיטעט. (מיט עקסטאז)
און די וואָך נאָך, שיינדל, אף מאָרנן נאָכן קארניוואל פון די , דזשואיש
אייד", וועט אנאָנסירט ווערן דער געווינער. און דער געווינער בין
איך! טויזנט דאָלער, שיינדל! (מיט ליבלאכקייט) און העלפט, שיינדל,
פינף הונדערט דאָלער ניב איך אייך א מאטאַנע. (נעמט אָן שיינדלען
מיט צערטלאכקייט בא די אָרעמס, קוקט ארונטער מיט פרייד) וואָס האָסמו
דעם קאָפּ אזוי אראָפּנעלאָזן? שפּרינג אויף, נארעלע. טאנץ, זינג,
פייף, טרובע, טראסקע, קלאפּ, נאָר מו עפּעס. (פּאוזע) ניט געדייגעם,
שיינדל. נים פארצווייפלט, נארעלע. געלט איז דאָ, וועט אלעס זיין
אַלרײט,
42
ש יינ דל (די חאנט באם מויל, וי זי װאָלט אים װעלן פארטרויען א
סאָר): אוונער! (אוונער בויגט זיך אָן. שיינד? כאפּט ארום מיט ביירע
הענט זיין קאָפּ. קושט אים ליידנשאפטלאך, פליסטערט) איך האָב דיך
ליב, אוונער. (אויפשטייענדיק דריקט זיך צו אים) איך האָב דיך ליב.
א וונ ע ר (יך פיבעריש ארויסציענדיק פון שיינדלס הענט);
שיינדל! (באטראכט זיך גלייך. טוט זיך אָן א געמאכטן שמייכ?) דארפסט
מיר נאָרניט אזוי דאנקבאר זיין, נארעלע. ס'איז ניט מער וי א כויוו,
װאָס איך צאָל אייך אָפּ. א דאנק דיר װעל איך דאָך דעם פּריז געווינען.
ש יינ דל (ציענדיק די ווערטער וי זי װאָלט אין דערזעלבער צייט
כעשבן האַנעפעש זיך אָפּנעגעבן): דאנקבארקייט? א כויוו? (הויבט אויף
דעם קאָפּ. נאאיוו) האָב איך ניט נעמאָרט זאָנן? -- (אוונער לאָזט אראָפּ
דעם קאָפּ, קערט זיך אום עטװאָס אין א זייט). איך האָב כאראָטע, אוונער.
(כאפּט אים ארום) נו, פארגיב מיר, אוונער. פארניב פאר מיינע נארישע
רייד. (אוונער זיך ארויסציענדיק פון אירע הענט, לאָזט זיך אומבאוואוסט-
זיניק נאָך דער הוט) וואו נייסטו, אוונער?
אוונע ר (צעטראָגן): איך גיי --
שיינדל (אים אֶפּהאלטנדיק): נאָר קום צוריק. (בעטנדיק) ביזט
דאָך מיין איינציקער פריינט. --- בלייבן מיר דאָך פריינט,
אוונעץר: ואָס פאר א רייד? געווים! נאָר איך מוז גיין. פאך-
שטייסט -- איך האָב זיך דערמאָנט -- (לאָזט זיך צו דער טיר) איך האָב
נאָך מיט א שאָ צוריק באדארפט זיין אין סטמודיאָ.
שיינ דל { /וען זעען מיר זיך?
אוונע ר (אף דער שווע?): נאָך היינט, שפּעטער, אין אָוונם.---
(אָפּ),
(א צעבראָכענע לאָזט זיך שיינד? אראָפּ אַפן שטול, ציט אויס
די פארקלאמערטע הענט אפן טיש. קוקט פארטראכט. א וויילע אין שטיפ,
עס עפנט זיך די טיר און מאלקע שלייכט אריין. בלייבט שטיין א סעקונרע,
קוקט זיך ארום און גייט שטיל אריין אין צווייטן צימער, אין א וויילע ארום
קומט זי ארויס מיט פארוויינטע, אָבער טרוקענע, אוינן, מיט שטילע טריט
גייט זי צו צום פענצטער, קוקט, ברעכנדיק די הענט אין אומנליק. שיינרפ,
וועלכע אין די נאנצע צייט געזעסן וי פון גיפּס אױסנעקלעפּט, גיט
א ציטער. איר פּאָנים שװועלט מיט טרויער, די ליפּן שליסן זיך צונויף, /
זי וויל אויפשטיין, נאָר זי זיצט. מיטאמאָל רייסט זי זיך אָפּ פון אָרט, שטייט
אויף, לויפט צו צו דער מאמען און פאלט איר אפן האלדז. ביידנס אוינן גיסן
49
טרערן, ביידע פּרובירן צו דערשטיקן דאָס געוויין).
ש יינ דל (אריינקוקנדיק דער מאמען אין די אויגן): מאמע, מא"
מענקע! (פּאוזע) רעד מאמע.
מא לק ע זיך באפרייענדיק פון שיינדלס אומארמונג): לאָז אָפֿ.
(לאָזט זיך אראָפּ אף דער קושעטקע).
ש יינ דל זיצנדיק אנטקעגן דער מאמען): אלעמאָל שווייגסטו,
אלעמאָל, (פּאוזע) רעד, מאמע, דערצייל. איך קען מער ניט פארטראָגן
דיין שווייגן. דיין שווייגן רעגט מיך אויף, מאמע.
מ א לק ע אָפּזיפצנדיק): דריי יאָר האָב איך געשוויגן --
שיינדל: או אלעמאָל האָט מיך דיין שוויינן געמאטערט און
געפּײניקט. היינט שרעקט מיך דיין שווייגן.
מא לקע : די שטראָף פון ריבוינע-שעל-אוילאָם איז גרוים,
זיין מעכטיקע האנט האָט ער אף אונדזער הויז אראָפּגעלאָזן; זיין צאָרן
אױסגענאָסן האָט ער אף אונדזערע קעפּ. איז נאָך א שטראָף פאר
אונדז אָנגענגרייט? קען נאָך גרעסער זיין זיין שטראָף?
ש יינ דל (גערירט, דריקט דער מאמעס הענט): מאמע! (שלינגט
די טרערן).
מא לקע פאַנטראָלירנדיק זיך): הער, שיינדל. ביז היינט האָב
איך פון דיר אלעס באהאלטן. אָבער אומזיסט. מער באהאלטן קען
איך ניט. און חיינט מוז איך צו דיר ריידן וי צו מיין גרויפער, דער-
זואקסענער טאָכטער (שלינגט א טרער) --
שיינדל?ל: רעד, מאמע. איך בין שוין גרוים גענוג אונדוער
אומנליק צו פארשטיין.
מאלקע: מער קען מיין פום זייער שוועל ניט איבערטרעטן.
מיר האָבן אלעס פארזינדיקט, אלעס פארלאָרן! -- און רענט דארף מען
צאָלן, באלד וועט מען אויך דארפן קוילן דאָס הויז צו באהייצן. און
ברויט דארף מען, א שוך, א קלייד און א דאָקטער, --- און איין רעטונג
איז נאָר דאָ, איין רעטונג, (פּאוזע) נאָר פארשטיי מיך, פארשטיי דיין
מאמען, ווייס דעם אומגליק װאָס לויערט איבער אונדזערע קעפּ. פאר-
שטיי און שטער ניםט דיין מאמען.
שיינדל: אלעס מאמע.
מא ל ק ע (נאָך א ליינגערן שווייגן): רעב פענדער וויל מיר זאָלן
בופּע שטעלן.
ש י י נ דל (שפּרינגט אויף, איבעראשט): מאמע! (שטילער) דער
קאצעוו?
44
מא לק ע: אוו אז א קאצעו? ער איז אן ערלאכער איד, א
פיינער --
שיינ ד ל: ניט דאָס, מאמע, װאָס ער איז א קאצעוו. נימ}
דאָס, -- כאָטש מער ווי פון דער יאטקע קלאַץ, בעהיימעס און קעלבער,
ווייס ער נאָרניט. -- דאָס שטיקל ברויט, מאמע, -- דאָס שטיקל ברוימ
וועט ער דאָך דיר אין הויז ניט געבן.
מאלקע: אאָג עס ניט, שיינדל,
שיינדל: מאמע ער וייס די גאנצע צייט פון אונדזער אום-
גליק. ער וויים, מאמע, אין װאָס פאר א לאנע מיר געפינען זיך. ער
זעט וי דוויירעלע קריינקט קעסיידער, און דאָ, ווען דו ביזט אין בעמ
געלעגן אזוי קראנק, האָט ער אמאָל א שטיקל פלייש, א פליגעלע, א
פּופּיקל צוגעטראָנן. האָט ער אמאָל כאָטש א פעטן ביין געבראכט?
מאלקע: ערוייס ניט. קיינער ווייס ניט פון אונדזער אוט-
גליק. (שטייט אויף) ער וועט אנדערש ווערן, שיינדל. ער איז דאָך נים
מער וי א פרעמדער מענטש געווען אין הויז,
שיינדל: און א פרעמדער וװועט ער בלייבן.
מאלקע: שטערסטו מיר, שיינדל?
שׁ יינ דל (ארומכאפּנדיק דער מאמען): מאמע! -- און ער האָם
מיך -- און איך אים -- מאמע! (האלט ארומגענומען דער מאמען,
וויינט).
מ א ל ק ע (גלעט שיינדלען): זיי א גוט קינד צו דיין מאמען, א
טרייע שוועסטער צו דיין שוועסטער, -- פארשטיי דיין מאמען, בא-
גרייף דעם אומנליק װאָס לויערט איבער אונדזערע קעפּ, ווייס --- מיר
האָבן אלעס, אלעס פארלאָרן,
שיינדל: נאָךניט, מאמע, נאָך ניט! (פּאזע) נלייך אינדער-
פרי גיי איך ארויס זוכן א דזשאב, און איך װעל מיט דער נאָז די ערד
אקערן ביז איך װועל געפינען ארבעט.
מ א ל ק ע (שאָקלט טרויעריק מיטן קאָפּ): און פון דיינע פאר-
דינפטן? -- כאטראכט זיך, שיינדל,
שיינדל: דינעניש, מאמע, מירן האָבן, סװועט אלעס זיין.
מאלקע: מרןהאָבן. איז דאָך שוין דער פערטער חיינט --
דירע געלט האָסטמו?
ש יינ דל : מירן לייען.
מאל קע: וא ועלן מיר לייען און וואו וועלן מיר נעמען אף
45
אָפּצוצאָלן? שיינדל! הער דיינע נארישקייטן. עפן דיינע אױגן
זע דעם אומגליק, װאָס לויערט איבער אונדזערע קעפּ. פארשטיי,
שיינדל.
שיינדל: נאָך א פּאָר טעג, מאמע, און מיר וועלן קריגן א
גרויסע האלװאָע.
מ א ל ק ע (צעעפנט ברייט די אויגן): - װאָס רעדסטו, שיינדל?
ביזטו באם זינען, צי װאָס?
ש י י נ דל (אויפשטראלנדיק אין פרייד): אונדזערער א פריינט
איז רייך געװאָרן. ער וויל אונז געבן גאנצע פינף חונדערט דאָלער.
מא לק ע (ברעכט מיט די הענט): שיינדעלע, מיין קינד.
שיינ דל (לאכט): קוקסט מיך אָן, מאמע, וי איך װאָלט פון
זינען אראָפּ,. און קיין כאָלעם איז עס אויך ניט. (װי פארטרויענד)
אוונער האָט געוואונען טויזנט דאָלער פאר א סטאטוע --
מאלקע: אנער?!
שיינדל: טױננט דאַלער פאר א פאָנטאן, װאָס ער האָט גע"
מאכט פאר דער קינדער היים. און א העלפט, מאמע, גאנצע פינף הונ-
דערט דאָלער וויל ער אונדז געבן א מאַטאָנע. נאָר מירן ניט נעמען.
מירן לייען בלויז. |
מ א ל ק ע (פארשנד): פאר װאָסערע מייסים טויווים, שיינדל?
שיינד ?: פאר דעם קאָפּ, מאמע. די קאָפּ, װאָס ער האָט
פון מיר געקלעפּט האָט ער פארן פאָנטאן גענוצט.
מ א ל ק ע (מיט א ציטער אין קאָל) : האָסטו ניט א נאקעטע
פּאָזירט? -- |
שיינדל?: איך א נאקעטע? --
מאלקע: האָסטוניט?
שיינד?: איך? -- איך האָב א נאקעטע פּאָזירט? -- ליגן!
(ארומגייענדיק נערוועז איבערן הויז) ווידער, ווידער גראָבן זיי אף מיר.
(זיך אָפּשטעלנדיק) אלע פריינט האָכן זיי פארטריבן און פאריאָגט. נאָר
איין פריינט, איין פריינט איז אונדז פארבליבן. דער בעסטער פריינט
אונדזערער, אוונער. ווילן זיי אים אויך פארטרייבן?
מאלקע: אנדער איינציקער, בעסטער פריינט האָט אונדז
אומגליקלאך געמאכט.
שיינ דל (אױיסער זיך): מאמע! -- דו זאָלסט עס זאָגען? פון
דיר אזעלכע רייד, און אף אוונערן?
420
מ א לקע (צערטלאך): איז עס א ליגן שיינדל?
שיינ דל : צויפלסט נאָך? מאמע! -- נליבסטו אף מיר
אזעלכע זאכן? און אף אוונערן, מאמע! אף אוונערן?
מא לק ע: איךנלױיב ניט, איך האָב ניט געגלויבט. (נעמט
ארום שיינדלען, קושט זי. רוקט ארויף דעם שאל אפן קאָפּ) קום, שיינדל,
און לאָמיר גלייך גיין, לויפן אין אָפיס אלעס קלאָר מאכן, אלעס דער-
ציילן. ס'איז א טאָעם, א טאָעס. איך האָב געזאָגט, אז עס איז א
טאָעס, אז בייזע צינגער האָבן עס אויסגעטראכט. (אָננעמענדיק שיינד-
לען בא דער האנט) קום, שיינדעלע, קום! קום און מיר וועלן צופאלן
מיסעס קארש צו די פיס און בעטן מעכילע. מיר האָבן זי באליידיקמט
פאר א פרעמדן מענטשן אין די אויגן. מיר האָבן ----- קום, מיין קינד,
עפשער וועלן זיי זיך מעראכעם זיין אף אונדז, עפשער וועלן זיי זיך
דערבארעמען, ראַכמאָנעס האָבן, און --
שיינדל (זיך כאפרייענדיק פון דער מאמעס האנט): איך גיי נים,
איך װעל ניט גיין! ( מאלקע בלייבט שטיין א פארציטערטע) ניט דערלעבן
וועלן זיי אז איך זאָל פאלן צו זייערע פים. -- און דו, מאמע! קענסטו
זיך אזוי דערנידעריקן? מאמע, האָסטו דאָס לעצטע ביסל זעלבסמוויר-
דע פארלאָרן? (שטילער) ביזטו טאקע גרייט צו גיין און פאלן צו אורע
שמוציקע פיס? דו, מאמע? דו? --
מאלקע: וילסטו אונדז אלעמען אומבריינגען? בריינג אונדז
אום! נא, נעם, קוילע דיין מאמען. (אויסשטרעקנדיק דעם האלדז) נעם
מיין האלדז און שנייד!
ש יינ דל (צולויפנדיק צו דער מאמען): מאמע!
מ א ל ק ע (אויסער זיך פון צאָרן): מרעט אָפּ! (פּאוזע) איז אלעס
עמעס, איז אלעס עמעס,
שׁ יינ דל (בעטנריק): מא-מע,
מ א ל ק ע וי צו זיך): איצט פארשטיי איך, איצט באנרייף
איך, איצט זע איך מיין אומנליק. און איך האָב נעטרויט און גע"
גלויבט ---
ש יינ דל (מיט טרערן): מא-מע. (ויל זי ארומנעמען).
מא לק ע: (ציט זיך צוריק, קוקט אף שיינדלען מיט א דורכדרינגלאכן,
פּיינלאכן בליק): נאָך פרייטיק צונאכט האָב איך אייך געזען האלטנדיק
הענט, נאָך פרייטיק צונאכט --
שיינ דל זיך לאָזנדיק צו דער מאמען מיט א פארשטיקטן קאָל);
מא-מענ-קע.
47
מ א ל ק ע (אויפהייבנדיק צוויי פארשטייפטע הענט איבער שיינדלס
קאָפּ): כצופע! -- אויסוואורף דו! (שיינדל שטייט א פארגליווערטע. מאל-
קע לאָזט קאָנוואולסיוו אראָפּ די הענט, וואקלט צו צום שטול, זינקט אראָפּ
אין טרערן) איז אלעס עמעס, איז אלעס עמעס.
ש יינ דל (אויפציטערנדיק פון איר פארנליווערטקייט, מיט טרערן
אין קאָל, לויפט צו צו דער מאשין, כאפּט אף זיך ארויף די פּאַלערינקע, דאָס
היטעלע אין האנט): איך על בריינגען אוונערן. (לאָזט זיך צו דער טיר).
מ א ל ק ע (אויפשטייענדיק): שיינדל!
(שיינד? אָפּ).
מ א ל ק ע (מיט אויגן פארשניטענע אין טיר --- קוקט, קוסט --- גיט
זיך א לאָז צו דער טיר, פארשליסט,. ברעכט די הענט);: א פייער, א פייער
האָט מיין הויז אָנגעצונדן, א פייער האָט מיין הויז ארומנעכאפט.
(ס'וואקסט איר שרעק און ס'שטייגט איר קאָל) א פּאסטקע. -- עס ברענט!
--- נאָר קינדער ארויס, קינדער אין גאס. -- די מאמע, אייער מאמע א
קאָרבן זאָל זיין. (לויפט צו צום שפּייזדקאמער, נעמט ארויס א פלעשעלע,
װאָס זי דריקט אין די הענט) יעסוימעס, אָרימע יעסוימעס, (וואקלענד צו די
טרעפּ) וועט זיך גאָט עפשער דערבארימען, וועלן עפשער גוטע מענטשן
ראכמאָנעס האָבן. (מיט א פארשטיקטן כליפּ וואקלט זי ארויס אין צווייטן
צימער),
פ אַ ר ה א נ ג
48
פערטער אקט
אין ווינקל רעכטס, צום פאַדערגרונט, אן אלטע לעדערנע, צעפאָרענע
קאנאפע. אף דער קאנאפע לינט אװנער אין די קליידער א
צעכראסטשעטער, די שִיך אויסגעטאָן, שלאָפט. לעבן קאנאפע
א טישל,. אפן טישל?ל אן עלעקטרישער שטיילאָמפּ מיט א
צייטונג איבערגעװאַרפן. פון אונטער דער צייטונג רייסט זיך
ארויס א מאטער שיין, װאָס באשטראלט, פון א זייט, אוונערס
געזיכט. שטי?. נאָר פון ציים צו צייט, מים אוװונערס אומ"
רואיקע באווענונגען הערט זיך דאָס סקריפּען פון דער קאנאפּע,
װאָס דערמאַנט אין גרויס אַרימקײיםס.
(ערגעץ אין דער פינצטער וויינט א קינד און א קרעכצן וואקסט
אויס וי פון אונטער דער ערד,. רעכטס, אין ווינקל, לייכט אויף א גרופע
אפּליקאנטן, וי א צונויפנעטריבענע טשערעדע פאר א שטורם. לינקס, צום
פאָדערגרונט, לייכט אויף א זקיינע אף א שטעקן אָנגעשפּארט. א האָרבאטער,
זיך אָפּטײלנדיק פון איינעם פון דער גרופּע, גייט אום הין און צוריק אין
גרויס באזאָרנטקייט),
א ליטוואק (צום איקעוואטן): וואָש זשאָגט א איד?
איקעוואטער: אַאַ האָרב.
ליטוואק: דאָשאלעש?-- א האַרב?
איקעוואטער: קקינער זזאָנגט עֶר, ויל ניט קקקיין
היה-האָרבנאטש צו דער ארבעט. ש-שוין זעקס מ-מאָנאטן א סענט נים
פארדינט.
לי מ ווא ק (א מאך נעבנדיק מיט דער האנט): נו, דער ריביינע-
סעל-איילאָם איזש א פאָטער,
קורנאָסע אידענע: אהאָרב? זי וועט אים טאקע א
סאַך אונטערשטעקן. פארסארפעט זאָל זי ווערן.
00
די יאדוש ליווע: א האָרב? (ביכביקעט מיט א דין געלעכטערל)
א נייע קריינק, א האָרב! (כיכיסעט).
(דאָס קרעכצן מישט זיך אויס מיט דעם דזשעז געואִי פון א
סאקסאפאָן,. עס טאנצן אריין פּאָר?אך אין פארביקע קארניוואל קליידער אָנ
געטאָן,. און צווישן די טענצער דרייט זיך אריין און דרייט זיך ארויס מיס
בירנבוים אין דער פאָרמע פון האלב מענטש און האלב שלאנג). -
זק יינע (קוקט אף די טענצער מיט האלב פארמאכטע, אױסגעלאַָ-
שענע אויגן. מורמולט): פארדיס, באנקעטן, בעלער -- (קוקט, קוקט)
אלע טאנצן אף אונדזער אומגליק. (לאנגע פּאוזע) רום און קאַװועד פאר
אונדזער שאנד. (קוקט, מורמולט) אלע טאנצן, טאנצן, טאנצן -- (ניט
א קלאפ מיטן שטעקן) גענוג געטאנצט!
(אלע לֶעשן זיך אויס. נאָר דאָס קרעכצן, וי אן עכאָ, האלט אָן
דורך דער נאנצער סצענע).
ש יינ דל (בא אוונערס צוקאָפּן): אוונער! (עס דערטראָגט זיך א
קלונג פון אן אמבולאנץ. אין ווינק? לינקס לייכט אויף א גרופּע שביינעס)
ווידער האָבן זיי דער מאמען אף מיר ליננס אָנדערצײילט. ווידער האָבן
זיי איר הארץ פארנאלט און פארניפטעט. איך, איך האָב א נאקעטע
פּאָזירט. (שטרעקט אויס די האנט) קום, אוונער! (אוונער שטייט אויף)
זיי אן איידעס. קום! (ביידע געאיילט, זיי אנטקענן קומען אָן צוויי טרעגער
מיט א טראַנבעט? אין די הענט. נאָך די טרענער, פּערל און רעב סענדער.
דערזעענדיק דער מאמען, פאלט שיינדל צו צום בעטל מיט א ספּאזמאטישן
אויסגעשריי) מא-מע! (לאָזט זיך אראָפּ אין כאַלאָשעס),
(די טרעגער מיט דעם טראָנבעט? פארשווינדן רעכטס. דער אמ"
בולאנץ פארקלינגט. שכיינעס שפּארן זיך אין ארומקרייז),
פּערל: שינדעלע! ראטעוועט!
רעב פס ענדער: אדענעס אװעק!
אוונער: מאכט א וענ!
(אוונער, פּער?ל, רעב סענדער, מיט שיינדלען אף די הענט, פאר-
שווינדן לינקס, די שכיינעס, א שאָכן און א פּאֶר קינדער קלייבן איינגער זיך
צונויף אין א גרופּקע). |
ש כ יינ עס (ברעכנדיק די הענט): אך אן אומגליק! -- געסאמט?
-- ווער? -- די כאזנטע! -- וויי איז מיר! איך האָב זי דאָך דאָ ערשט
מיט א שאָ צוויי צוריק געזען. -- ניט פאר אונדז געדאכט. -- אזא
81
אומגליק! --- איז װוי אזוי האָט מען זיך דערוואוסט? --- דער בוטשער,
א =- דער בוטשער איז געקומען אחיים און ---
(צווישן די שכיינעס לייבט מיטאמאָל אויף מיסעס קארש),
מיסעס קאר ש: עעטנאָר א געזעמל! געהערט א בא"
קלאָגעניש? דזשאָסט ליסן! (פּאוזע) זי שמטארבט נאָך ניט! (זיך אָני
בויגנדיק צװוישן די שכיינעס, װי פארטרויענדיק א סאָד) װוי נאָו די טריקם.
שי סמירד א ליטל קארבאָליק אָן די ליפּם. דיי אֶל דו די סיים טו געמ
איזי מאָני פראָם טשאריטי.
ערשטע שכיינע (צודי שכיינעס): זאָלט איר מיר לעבן
און געזונט זיין, איר פארשטייט? איך פארשטיי דאָך א װאָרט ניט,
מיסעס קארש (מיט חיץ): װאָס פארשטיים איר דאַ נים?
זי האָט אָננעשמירט אביסל קארבאָליק אף די ליפּן, האָט אָנגעמאכט
א טומל. זיי טוען אלע דאָסזעלבע טו נעט איזי מאָני פראָם טשארימי.
(לעשט זיך אויס).
ערשטע שכיינע: איז? -- מאָני פון טשארטי? --
צווייטע שכיינע (פאריכטנדיק): טשאריטי.
ערשטע שכיינץ: יע איז ער איז ער?
(שכיינעס לאכן מיט אן איינגעהאלטענעם געלעכטער),
דריטע שכיינע: אָט א גרינחאָרן!
פערטע שכיינע: אָנט איר אין אידיש -- בלאנאַמטװאַ-
רימטעלנאָסט,
א שכ | (ארויס פון געדולד): פּראװיטעלנאָסט היינט שמאווי"
טעלנאָסט מאָרגן. זאָנט איר אין פּליײין מאמע לאָשן (צו דער ערשטער
שכיינע געווענדט) צדאַקע, צדאָקע ווייסט איר דאָך װאָס עס איז?
ערשטע שכיינע: צדאָקע נאָר? ! -- אלדי וויסטע כאַ-
לוימעס אף איר קאָפּ, לייב און לעבן. נגעהערט? צדאָקע נאָר! נא דיר
גאָר צדאָקע. -- טשארטי, -- איזי --- אמעריטשקע! א לאָשן עס איז!
און איך האָב געמיינט גאָט ווייס װאָס ---
(פ'דערטראָגט זיך פענים קאָל ,נעקסט",. אלע לעשן זיך אויס. עס
לייכטן אויף מיסטער יאבלאָנסקי און בא זיין זייט אוונער, אין צווייטן ווינקל
וי סילועטן דרייען זיך ארום אפּליקאנטן).
מיסטער יאבלאַָנסקיר(רעדט מיט א פאנפאטן פארדומפּענעם
קאָל): שוין געווען, געווען. -- זי אליין, די מיס בירנבוים, א פּוירפעקט
ליידי, א בריליאנט, האָט מיר אריינגענומען אין איר פּרייוועט אָפּים און
2ס
האָט מיך געוויזן אלע רעקאָרדס. זיי האָבן איר נגעצאָלט וויקלי, וי
מ'צאָלט וויידזשעס, זעקס טאָלער א װאָך, ביסיידס אַדער עקספּענסעס,
זיי האָבן איר געטריטעט פיין וי עס קען גאָר פיינער ניט געבן. --
װאָס קען מען צו זיי האָבן?
א וונע ר : או פו זייער בלוטזויגעניש און בלוטצאפּעניש
האָט זי אייך אויך געוויזן די רעקאָרדם?
מיסטער יאבלאָנסקי: אטיערע מײסע! אן אױיב
מ'האָט איר אפילע יע געזאָגט א װאָרט, האָט מען איר דעם פּארך
צעדראפּעם?
אוונער: אי דענקט איר, אז איר זעלבסטמאָרד פארזוך --
מיסטער יאבלאָנסקי (ארומליפנדיק אין קאס, ארבעטנדיק
מיט די הענט): א שיגאָען, זאָג איך אייך, זי איז פּליין פון זינען אראָפּ.
(גיט זיך א דריי לעשט זיך אויס),
(ס'דערטראָנט זיך פעניס קאָל , נעקסט"! אוונער קערט זיך אום
און פאר זיינע אויגן שטייט שיינדל).
שיינדל: אן זי האָט געקלאפּט, געקלאפּט, געקאסט און גע-
צאָרנט. -- הערסט? געדענקסט? -- געדענקפט דעם פּאָגראָם? --- און
די מאמע שווייגט, שווייגט. און איר שווייגן נאָגט, רייסט, צופּם. ---
פארװאָס מאטערן זיי, פארװואָס פּייניקן זיי דער מאמען? -- איך װועל
עס ניט אריבערטראָגן. (גיט זיך א כאפּ מיט די הענט בא די האָר פון
קאָפּ) איך על מעשוגע ווערן, אוונער.
אוונער: שינדל (װיל זי אנכאפּן בא די הענט, קרינט זי מיט-
אמאָל פליגל, הויבט זיך אויף און פארפליט. ער קוקט. פון דער הויך
לאָזט זיך אראָפּ א באצוקערטער טאָרט, קוקט, ארום טאָרט לייכטן אויף
זיינע פריינט --- דריי פּאֶר און מיסטער קאָרנבליט, אן אלטער באָכער, זיצט
עטװאָס ארויסנערוקט אין א זייט. די מענער לאָזן פולע, שווערע קנוילן רויך.
אוונער הוסט. גייט אֶָפּ אין הינטערגרונט, ארומשלייכנדיק הין און צוריק).
מיסעץס בלומענטאל: וע ער גיט א קוק אף זיך אין
שפּינל און זעט װאָס פאר א טעל ער האָט פון זיך געמאכט. --- איז דאָך
עס אָבער אוונער.
מיסעס לעווינזאָן: הדכט זיך, אז די יאבלאָנסקיס זיי-
נען אויך לאנדסלייט, און איך זע ניט, אז איינער פון זיי זאָל זיך אינ-
טערעסירן אין דער קייס,
מיסטער בלומענטאל: אן דער אלטער יאבלאָנסקי איז
98
דאָך עפּעס א גאנצער מאכער אין שול. נאָך אלעמען, אויב אימיצער
האָט זיך באדארפט אינטערעסירן אין דער קייס, זיינען עם זיי.
מיסטער קאָרנבליט: ואָס וייסען זי די כניאָקעס?
פרעגט זיי באכיירעם,
מיסעס לעווינזאָן: זי האָבן שוין גאָר באדארפט וויסן.
ער איז דאָך געווען זייער כאזן, ניין ? |
מיסטער לערנער: יע אָבער וי לאנג איז ער אינגאנצן
געווען זייער כאַזן -- איין יאָמים נויראַים?
מיסעס לעווינזאַן: פארװאָס עפּעס איין יאָמים נויראַים?
מיסטער קאָרנבליט: עראי געקומען פון די איסט
מיט געפּאטערטע לונגען. האָט אריבערגעפּעקלט די פאמיליע אין
אמעריקע. האָט אָפּגעדאװװנט. געקראַנן א בלוט שטורץ -- און
האָלאך לעאוילאַמױ,
מיסטער לעווינזאָן: און איצט האָט זי געמאכט א
פארזוך צו באגיין זץלבסטמאָרד,
מיסעס בלומענטאל: אר מעגט זיך זאָנן װאָס איר
ווילט, נאָר איך נלויב ניט, אז ס'איז אזא נאָבעלער טאט פאר א מוטער
זיך זוכן צו ראטעווען דורך זעלבסטמאָרד, לאָזנדיק צוויי קינדער אף
נאָטס באראָט.
מיסטער לערנער: סאיזניט קיין נאָבעלער מאַט. און א
סאך גאָרניט קיין פוינלדיקע זאכן ווערן אָפּגעטאָן אין פארצווייפלטעץ
מאָמענטן.
מיסטער קאָרנבלים: נו, װאָס איז דאָ פאראן צו ריידן,
יע נאָבל אָדער ניט נאָכל. איך װאָלט וועלן וויסן --- און מיר זיינען
זיך דאָ צוזאמענגעקומען פאר א צוועק -- איז װאָס האָבן מיר צו טאָן?
מ'קען דאָך אזוי אוועקריידן א גאנצע נאכט און מ'וועט צו גאָרניט
קומען.
מיסטער בלומ ענטאל: דער צועק, דוכט זיך, איז
יעדן גוט באקאנט. װאָס עס איז דאָ צו טאָן, אָדער בעפער געזאָגט
צו פארהאנדלען, איז, צי זאָל יעדער פון אונדז אריינבריינגען אין זיין
אָרגאניזיישן א פאָרשלאג פאר א פּראָטעסט מיטינג,
(אוונער קומט צו צום טיש, שטייט, קוקט און הערט, חוסט אונטער
צוביסלאך).
מיסטער לעווינזאָן: איךוייס ניט, און אז מווץמ
שוין יע פּראָטעסטירן, און אז מ'וועט אפילע ארונטערזעצן די מיס בירנ-
בוים און די מיסעס קארש, וועט דען בעסער זיין? וועלן קומען אנדערע
צוויי און עס וועט ווידער זיין דאָסזעלבע.
מיסעס בלומענטאל: מירזיינען קיינער ניט פאר טשא-
ריטי און מיר זיינען עס קיינמאָל ניט געווען. און מיט איבערשטעלן די
ביינקלאך וועט מען נאָרניט אויפטאָן. אונדזער פּראָטעסט איז ארוים-
געװאָרפן ווען די גאנצע פארדאמטע אָרדנונג אונדזערע איז קאָרופֿ-
טירט ביזן ביין. װאָס עס איז נוימיק, איז א ריעל סוויפּ אָאוט. (מיט
באטאָנונג) און פאר דעם ארבעטן מיר,
מיסעס לעווינזאָן: איך בין מיט אייך פאָלקאָם אייג-
פארשמאנען. און פון א צווייטן שטאנדפונקט גערעדט באלאננט די
כאזנטע ניט אין אונדזערע רייען. זאָלן די שול אידן אויפהייבן א
פּראָטעסט, אויב א פּראָטעסט קען יע העלפן. וי דענקט איר, מיפטער
לערנער, ניט אזוי?
מיסטער לערנער: אידךװעל זאַנן וי אונדזער פריינם
נאָמליב זאָנט: , פּראָסטיטוציע און טשאריטי איז א נויטווענדיקער
איבל". זיי ניט באקעמפן איז שלעכט און זיי יץ באקעמפן, איז ווידער
שלעכט. איך מיין, (געווענדט צו די ארומיקע) ווי זאָנט איר?
מיסעס בלומענטאל געוענדט צו אוונערן): איך וועל
זאַנן נאָך אמאָל, -- איך זע ניט איין פארװואָס דו זאָלסט זיך נעמען צום
הארצן מער וי די גאנצע וועלט. עמעס, ס'איז א טראגעדיע. אָבער
נאָך אלעמען זיינען זיי דיר ניט קיין שוועסטער און קיין ברידער,
מיסעס לערנער: אװקיין קרוווים אפילע אויך ניט,
מיסעס לעווינזאַָן: אן איך האָכ שטארק מוירע, אז
דו זאָלסט אמאָל ניט באצאָלן צו טייעד פאר דעם אלעס. פארגעס ניט
אָן דיין געזונט, אוונער.
אוונער (דערשיטערט): איך דאנק אייך, איך דאנק אייך ! --
אָבער צו װאָס דער גאנצער ראכמאָנעס און מיטגעפיל מיט מיר, ווען
איך בין געקומען געווינען אייער ראכמאָנעס און מיטנעפיל פאר די
װואָס נויטיקן זיך אין דעם,
מיסטער בלומענטאל: יעראכמאַנעס, ניש ראכמאַנעס.
לאָז מיר דיר זאָגן, און איך בין א פּראקטישער מענטש. מיסעס קאנטאָר
איז נים די איינציקע אין שטאָט. און אזוי גיך ווי. דז וועסט אָנפּאנגן
מיט איין קייס, וועסטו דארפן עפענען אן אַפיס מיט א סטעף פון
06
סטענאָגראפערס, בוקקיפּערם, און װאָס ניט? און מיר גלויבן ניט אין
אזא הילף, --- און צום טייוול! --- וואו זיינען זיי אלץ ווען עס קומט צו
עלעקשן?
אוונ ער (עקריינקט רערט שטיל): איר גליבט נים אין אזא
הילף, גוט. אָבער וואו איז אייער גייסט, אייער ברען און פייער וואו
איז? -- איז איצט די פראגע פון א ריעל סוויפּ אָאוט, פון עלעקשן,
און צי באלאננט די כאזנטע אין אונדזערע רייען צי ניט? און ניט אום
דער כאזנטע אליין האנדלט זיך דאָ, פארגעסט ניט! -- דאָ איז א פראגעץ
פון מאסן הילף און א מאסע' אומבאהאַלפענע -- פון מיס בירנבוים און
מיסעם קארש, די שליינג, --- געפּײניקטע, באליידיקטע און דערנידריק-
טע אפן מיעסטן און גרויזאמסטן אויפן. (פּאוזע) איז דאָס אלעס װאָס
איר קענט מיר היינט אונטערמראָגן איז רייד, רייד און שרעק. שרעק
אנשטאָט ברען און פייער. שרעק אנשטאָט פּראָטעסט. שרעק מאַמער
וועט מען דארפן עפענען אן אָפּיס און שרעק טאָמער וועט מען דארפן
צוטראָגן צום אָפּים א דאָלער אויך, ווער ווייס? --- און זאָגן מוז איך
אייך, אז שורקעם ניט קיין רעװאָלוציאָנערן רעדן אזוי,
(ערשטוינטע קוקן זיך אלע איבער, שטייען אױף אין איין
פּראָטעסט),
מײיסטער בלומענטאל: שרקעס זאָגסטו?
מיסטער לעווינואָן: דוהאָסט נאָך אפילע פון קינדער
הייזקעס ניט געטרוימט, ווען מיר אלע האָבן שוין קאנספּיראמיוו גע-
ארבעט אין דער באוועגונג. קנוט פון צאַר און קאטאָרגע האָט אונדז
ניט געשראַקן. און דאָ זיינען מיר מיטאַמאָל שורקעס. (לאכט מיט א
שפּאָטנדן זעלבסטצופרידענעם געלעכטער),
מיסטער לערנער: מיר האָבן מױירע פאר א דאָלער?
מיסעם לעווינזאָן (צודי פרויען): װאָס זאָגט איר, אַ?
מיסעס בלומענטאל: מר דערשרעקן זיך פאר א
דאָלער? און צו אונדז זאָגסטו עס? ווייז מיר אָן איין סאָציאלע, ראדי-
קאלע אונטערנעמונג, וואו אונדזער דאַלער האָט ניט געטראָפן? און דו
מעגסט עס אונדז זאָגן -- נאָכדעם וי דו האָסט בא אונדז דריי מאָנאטן
געשלאָפן געעסן און געטרונקען, א ריינע שוירט און א דאָלער אין קע"
שענע דיר געגעבן. (מיט פאָרוואורף און װייטאָק) און איך װאָלט טאקע
וועלן וויסן --- ווען ניט לערנער, לעווינזאַן, קאָרנבליט און די אלע אנדע-
רע פריינט, וואו דו װאָלסמ איצט געווען?
50
מיסעס לערנער: אוװװען ניט נאָטליב --
מיסעס לעווינזאָן: װעוניט--
קֹ אָר נ ב ל י מ (אויפשטייענדיק, ניט א מאך מיט דער האנט אז אלע
זאָלן אים דערזען): װאָס טוט זיך דאָ? ניט אלע מיטאמאָל. איינציקי
ווייז, איך בעם אייך,. (אלע בלייבן שטיל, פאָלגן נאָך מיט אויפמערקזאם"
קייט) איך האָב געשוויגן די גאנצע צייט און איך האָב פיינט דירעקטע
פראנן. נאָר אז מ'איז שוין יע אריין אין פּערזענלאכעס און דו, אוונער,
האַסט אליין דאָ דעם דאָלער פאר די אויערן אריינגעשלעפּט, וויל איך
דיך פרענן א דירעקטע פראגע און פאָדער פון דיר א דירעקטן ענטפער.
(פּאוזע) זאָג מיר, פארװאָס האָסטו געשאפן דעם דיימאָנד מעמאָריאל
פאָנטאן?
אוונע ר נאָך א קורצן שווייגן);: פאר זעלכסט אויסדרוק.
ק אַרנב ליט (איראָניש): נים פאר דעם טויזנט דאָלער פּריז!
(אלע קוקן זיך איבער מיט א צופרידענעם שמייכל),
אוונער: איך ליקן עס קאטענאָריש אָפּ.
קאָרנכבליט: איךנלױב דיר, אוונער. פאר זעלבסט אויסדרוק
האָסטו געשאפן. האָט דיר דיין זעלבסט אויסדרוק געפירט צו פאר-
אידעאליזירן טשאריטי?
(אלע קוקן זיך איבער מיט א בליק, וי איינער זאָגט -- ער האָט
אים געכאפּט),
אוונער (שטאמלענדיק, וי צו זיך): איך האָב, -- איך האָב, --
איך האָב זיך ביז איצט וועגן דעם גאָרניט פארטראכט. (א ליינגערע
פּאוזע) איך בין שולדיק. --- נאָר ווארט א וויילע. לאָזט זיך מיר צו-
זאמעננעמען. (טראכט א וויילע. רעדט שטיל) איך האָב טשאריטי,
טשאריטי פאראידעאליזירט -- (אפן קאָל) איך האָב מיין פּראָיעקט
אריינגעגעבן נאָך מיט צען װאָכן צוריק.
קאָרנבליט: דאָס זאָגט נאָרניט.
אוונער: אך האָב טשארימי פאראידעאליזירט ווייל איך
האָב זיי ביז ערשט אזוי װײיניק געקענט. -- און עפשער אויך דערפאר,
ווייל טוגנט איז דער דראנג פון מיין נעשאָמע.
ק אָרנ ב ל י ט (שמייכלענדיק); טוגנט? -- (שטארק ערנסט)
מוננט צו פאראידעאליזירן בורזשואזע פילאנטראָפּיץ, צו שטעלן א
מאַנומענט א בורזשוא אן עקספּלואטאטאָר, װאָס האָט מיט זיין בלוט"
זויגעריי געמאכט מער יעסוימים, וי זיין גאנץ יעסוימים הויז און צען
87
אנדערע וועלן ווען עס איז קענען ארייננעמען. מוננט, זאָגסמו?
א וונ ע ר (דענערווירט, זיין שטימע ציטערט פו? מיט װייטאָק און
ליידנשאפט):. איך בין שולדיק, איך גיב צו, -- נאָר פארשטייט מיך, --
פארשטייסט? איך האָב זיך מיט טשאריטי ביז דאָ ערשט קיינמאָל
פּאָנים-על-פּאָנים ניט געמראָפֿן.
קאָרנבליט: אלעס ריכטיק, אָבער --
אוונער: אָבער פארשמיי, פארשטייסט? -- איך האָב גע
לייענט אין די צייטונגען פון די בלאָנקנדע יעסוימים איבער די גאסן
פון נאָר דער שטאָט, און פאר מיינע אויגן האָט זיך געצויגן א פּראָצעסיץ
פון יעסוימים עלנטע, הונגעריקע און באָרויסע, יעסוימים קראנקע,
קריפּלס פארלאָזענע (זיינע אויגן לייכטן אויף װוי מיט א זעאונג) און דאַ א
היים, א היים פאר קינדער! -- איך האָב געהאלטן די צייטונג אין האנט,
געקוקט אף די בילדער פון די קליינווארג באם עסן און שפּיל, און מיין
הארץ האָט מיט פרייד אויפגעזונגען. װוער האָט דעמאָלט נאָר גץ-
טראכט װאָס דער דיימאָנד איז געווען? -- א גליקלאכע וויזיע האָט
מיך אָנגעצונדן, א גליקלאכע זעאונג האָט מיך ארומנגעכאפּט. מיט גאָר
דעם פייער און ליידנשאפט פון מיין נעשאָמע האָב איך זיך צום ליים
גענומען. און אויב איך האָב ניט געשאפן װאָס טשארימי איז אין דער
ווירקלאכקייט, האָב איך אָבער געשאפן װאָס טשאריטי דארף זיין און
פּרעטענדירט צו זיין אין אונדזער טעגלאכן לעבן. קענט איר זיך פאָר-
שטעלן אן ערלאכערן בילך, וי דאָס אָרים יאָסעמל, מיט דער קוליע אף
די קני, שפּייזנדיק מיט די כרעקלאך פון זיין אָרים-אויסגעכעמלטן
ברויט די פיינעלאך פון נאם?
קאָרנבליט: ערלאך אן ערלאך בילד. -- און פון קאָנקורם,
פון דעם טויזנט דאָלער פּרייז האָסטו גאָרניט געטראכט?
אוונער: געטראכט פונ'ם קאָנקורס, אָבער ניט פון דאָם
געלט. ס'איז דאָס בילד, דער ווילן און די פרייד פון שאפן עפעס
גרויפעס, גרעפערס פון אנאנדערנס, װאָס האָט מיך גערייצט און
גערעגט --
ק אָ ר נ ב ל י טמ (איראָניש); איך גלויב דיר, אוונער!
א וו נ ע ר אָנגעצונדן): גלויבסט ניט?
ק א ר נב ל יט (מיט דעמזעלבן טאָן): איך גלויב, וי דען? --
אוונער: לופ
(קאָרנבליט גיט זיך א װאָרף אף אוונערן. די פריינט, מיט אן אויס-
08
געשריי , קאָרנבליט!" מישן זיך אריין,. קרייזן ארום די צוויי. אוונער לעשט
זיך אויס),
קאָרנבליט: געזען א צאַדיק אין פּעלץ? (לאכט אפן קאָל).
(אלע לאבן, שמייבלן מיט. לעשן זיך מיטאמאָל אויס. דאָס גנע"
לעכטער ווערט שטי? און שטילער און הערט אויף. אוונער קרעכצט, ראנגלט
זיך אף דער קאנאפּע, רייסט זיך אויף פון שלאָף, בלייבט זיצן מיט צעעפנטע
אויגן, סוקט).
א וו נ ע ר (זיפצט אָפּ): אך, װאָס פאר א כאָלעם, א קאָשמאר!
(לאָזט אראָפּ דעם קאָפּ אף די הענט. זיצט),
פ אַ ר ה א נ ג
4
פינפטער אקט
אין הינטערגרונט א טיר, וװאָס פירם אין קיך. לינקס פון טיר,
איבערשניידנדיק דעם וינקל עטװאָס אין דער קרים, שטייט
אן אלטער פּלושענער דיוואן מיט געעפטע קישעלאך אויס-
געלײגט.. לעבן דיואן א טישל. אפן טישל אװונערס א
סטאטועטקע, װאָס טיילט זיך אינגאנצן אויס פון דער ארומי"
קער באלעבאטישקייט
רעכטס א טיר און צוויי פענצטער צו דער גאס.,
לינקס א טיר, װאָס פירט אין שלאָף צימער, מים פּאַרטיערן
פארהאננען.
אינמיטן צימער א טיש. נעבעטע שטולן דאַ און דאָרט. גארדינען
אף די פענצטער און פאמיליען בילדער, אין שװערע גאָלדענע
ראמען, אף די ווענט.
(פּערל, צווישן די פּאָרטיערן, קוקט אריין אין שלאָף צימער. פון
דער קיך טיר קוקט אריין רעב סענדער, זוכנדיק פּערלען).
ר עב ס ענ ד ער (אין טיר): פּערל!
פּ ע ר ל (ארומקוקנדיק זיך): רעב סענדער? (לויפט רעב סענדערן
אנטקעגן). אזוי גיך צוריק.
רעב סענדער אריינטרעטנדיק): מ'לאָזט ניט צו, א שווארץ
יאָר אף זיי.
פּערל: װאָס הייסט? אייך אויך ניט?
רע בכ ס ענ דער: איר זעם דאָך.
פּץ רל (נאָך א קורצן נאָכטראכטן): האָט איר פּרובירט אונטער-
שמירן? |
רעב פענדער: דאָס אױך פרובירט.
פּערל: נו
רעצלב סענדער: וו סשגיט ניט.
1
פּערל: וװאָס הייסט?
רעב פענדער: ואָס הייסט, װאָס הייסט? (אין גרימצאָרן)
גיי, דערצייל א אידענע, װאָס הייסט? -- כ'האָב זיך ארויפגעגאנוועט
אפן פערטן פּלאָר, װווי מ'האָט מיר געהייסן. איך קום צו צו דער רום,
ערשט איך זע: ס'דרייט זיך אן אָרל אין ווייסע פּלודערן. מיין איך, אז
פ'איז א דאָקטער, זאָנט מיר אָבער מיינע א קאָסטעמערקע אז ס'איז
א נוירס. א נוירס, קלער איך, קען מען אריינגיין. און איך מאך זיך
קילוידיאָדע און גי ערשט, ער שטעלט מיך אָפּ ,וואו אַר יור נאָינג?"
זאָג איך אים לוק. -- נאָ מאָר". איך וויל בלויז א קוק טאָן װאָס זי
מאכט. ענטפערט ער --, נאָ, יו קען נאָ אין". טראכם איך: דער
אָרל וויל אין יאַד אריין. נעם איך ארויס א דיים און זאָג צו אים ,יו
ביי יו א סינאר". קוקט ער-מיך אַן און רירט ניט מיט קיין אייווער,
קלער איך: פאר דעם אָרל איז א דיים צו ווייניק. רוק איך שין
בימכילע אריין די האנט נאָך אמאָל אין קעשענע, נעם ארויס נאָך א
ניקל און זאָג צו אים ,יו ביי יו טו סינארס". גיט ער מיר עפּעס אזא
בייסיקן שמייכעלע, רירט ניט מיט קיין אייווער און זאָנט ווידער אמאָל
;נאָ, יו קען נאַ אין". ווער איך שוין בא זיך אביסל דאָסיק און ניב
אים א פרעג , װאַצעמעדער?" ערשט דער אָרל קרינט לאָשן און רעדט
. פּאָשעמע דיבורים , אַן אָרדער!" -- אן אָדער איז אן אָרדער, -- אז דער
אָרל האָט אין מיר דעם בוטשער דערשמעקט, איז מיילע, װאָס קען
מען טאָן? און ניט ווארטנדיק אף זיין אָרדער --- ווער ווייס װאָס אזא
אָרל קען זיך לאָזן הייסן בריינגען? -- זאָג איך אים , העף א טשיקן".
זאָגט ער מיר ווידער מיט א בייפיקן שמייכעלע, נאָר שוין עפּעם אביסל
ווייכער ,יו א בוטשער?" קלער איך: דו וועסט שוין בא מיר צעטראס-
קעט ווערן, און זאָג אים אזוי גייוועדיק ,די ביגװאַן אין די סיטי!"
ערשט, אז מיין אָרל ווערט ניט אן אָנגעצונדענער און גיט א נעשריי
,נאָ און טשעס יוסעלף!"
פּ ערל?: אף מיינע סאַנעמס קעפּ און לייב און לעבן! -- גע"
הערט? -- טשעס יוסעלף, -- װאָס איז דאָס?
רעב סענדער: אוסטיאָר אף אים. א גױ א כאוער!
-- ער הייסט זיך מיר גאָר גיין ארומטשעשען.
פּערל: אזד אױגן זאָלן אים ארויס, ריבוינע-שעל-אוילאָם,
אויב ער האָט שוין קיין גרעסערן, גרעבערן פון אייך ניט געזען. --
געהערט א סוינע יסראָעל? ! -- און זי, נעבאך, די אָרימע מאלקע, דארף
62
עס ליגן אונטער זייער האשנאָכע, אוי, אוי, אוי!
רעב פענדער: נו או דאָ ?
פּערל אפּיפצנדיק): געווען א דאָקטער.
רעב פענדער: נ װאָס?
פּערל: גאָרניט. (מיט פארדרוס) איר מיינט איך ווייס עפּעס?
עטל האָט מיט אים גערעדט. נאָר װאָס העלפט עס? יע דאָקטער, נימ
דאָקטער, זי ווערט ערגער פון מינוט צו מינוט. (פאוזע) װאָלט
מאלקעץ שוין געווען אהיים, װאָלט מען זי אין ערגעץ געקענט נעמען.
אזוי --- אוי, אוי, אוי!
רעב פענדער: אך! אזא אומגליק, אזא אומגליק. און דער
צעדרייטער זיצט נאָך?
פּערל { = גאָרניט. מ'כאדאטאיעוועט. מ'וועט אים שוין ארויס-
נעמען, דעם טייערן טאנעבארע. און שטעלט זיך פאָר, אזא סקאנדאל,
און אלץ צוליב. װאָס? צוליב א סטעטשל, א ליימענעם גױלאָם. (פאר-
טרויענדיק א סאָר) און מ'זאָגט אז מ'וועט נאָך דער אָרימער מאלקען
אויך טריילן,
רעב פענדער: מאלקען טריילן?
פּערל: מאלקען מאלקען.
ר עב סענדער: װאָס טוט זיך דאָ? פארװאָס טריילן?
פּערל: אמ טאקע פאר דעמזעלבן אוונערן, דעם טאנעבארע.
רעב פענדער: ווידער אונער?--
פּערל { /יענער האָט א צונג און פליאסקעדריגעט ---
רעב סענדער: נ'
פּערל: נו איז װאָס פרעגם איר נאָך? איז ער אוועק איבערן
שטאָט און צעפּױקט מאלקעס ווערמער --
רעב ס ענדער (שעפּטשענדיק); אז די מים בירנבוים און
מיסעם קארש האָבן איר געטריבן צו זעלבסטמאַרד? !
פּערל: נאָר דאָס? און ער האָט נאָך מיר מיט עטלען פאר
איידעם געשטעלט. -- ווער בעם אים, אין אלדי רוכעס, אונדז גאָר צו
דערמאַנען? דער יונג, זאָג איך אייך, וועט אונדו אלעמען אפן פייער
בריינגען. מער פעלט מיר ניט וי זיך אָנצופּאנגען מיט זיי זיך שלעפּן
אין קאָורם זיך סודיען.
רעג סענדע ר: הענט או פים האָט מען אים באדארפט
אויסדרייען.
09
פּערל: װעןניט ער, װאָלט גאָר קיינמאָל צו אזא אומגליק ניט
געקומען.
רעב סענדער: אך אך, אך! (לאָזט זיך צו דער טיר).
פּע ר?;: ואו איילט איר זיך רעב פענדער?
רעב סע נדער:. אך מו זיך נאָך צוכאפּן אין בוטשער
שאפּ. איך האָב דאָרט אלעס אזוי פון דער האנט געלאָזן. אך, אך, אךי
(אָפּ).
(עטל קומט ארויס פון שלאָף צימער. פּער? לויפט איר אנטקענן).
פּערל: נ?
ע מל: ערשט קים איינגעשלאָפן. (ניט איבער פּערלען א פאר"
ווייסטע גלאָז פון מילך).
פּע רל (נעמענדיק דאָס גלאָז): אויסגעטרונקן דאָס גאנצע גלאָז?
ע מל: וייס איך װאָס? האָט זיך פארגאָסן, דאָט בעט פאר"
נאָסן. האָט עפשער אױסגעזופּט א טיי לעפל. (פּאוזע) און אוונער איז
נאָך אלץ ניטאָ! |
(מ'קלינגט).
פּ ע ר ל (ליפנדיק צו רער טיר): א קלינגעניש א גאנצן טאָג.
(עפנט די טיר).
(מיסעס בלומענטאל? און מיסטער לעװוינזאָן סומען אריין. באגריסן
זיך מיט עטלען. פּערל רוקט זיך אֶפּ, קוקט און הערט אונטער פון א זייט).
מיס עס בלומענטאל: װאָס מאכט שיינדל?
עמל: שלעכט, זײיער שלעכט.
מיס עם בלומענטאל: און מיסעס קאנטאָר אליין?
עט 9?: אזמהאָטזי אָפּגעראטעװעט, ווייסט איר דאָך. און וי
זִי פילט היינט וויים מען ניט. מלאָזט קיינעם ניט צו.
מיסעס בלומענטאל: או אונערן האָט מען געפיינט
מים צען דאָלער.
עמל: צען דאָלער?
מיסט ער לעווינזאָן: דאָס װאָס נאַטליב האָט ערשט
דערציילט.
--ע טל: װאָלט עס אים נאָר א לעסן געווען. אך! ס'איז מעשונע
צו ווערן, זאָג איך אייך. איר מ'מיר גלויבן, זינט נעכטן אָװנט האָב איך
אים נאָך פאר א מינוט ניט געזען.
מיסעס בלומענטאל: אזוייסט איר נאָך גאָרניט װאָס
1
64
פאר א כאסענע ער האָט אונדז נעכטן אָפּגעשפּילט?
עטל = איך האָב שוין געהערט די טייערע נייעס. די לערנערם
זיינען דאָ געווען.-.
מיסטער לעווינזאָן: אװנאָך אלעמען מום ער זיינם.
און ער האָט נאָך פאר היינט אָוונט א פּראָטעסט מיטינג גערופן.
עטל: װערזאָגט עס?
מיסעס בלומענטאל: איר האָט באדארפט זען א סיין.
ניט אנדערש, וי דער מענש איז פון זינען אראָפּ. ווען איר ווייסט
װאָס מ'רעדט? מ'איז דאָך גרייט אים צו לינטשן.
עטל: אך װאַלט ער שוין אמאָל געקומען! און איך האָב גע-
בעטן גאָטליבן, אז עֶר זאָל אים גלייך בריינגען אהער. איז װאָס נעמט
עס דאָרט אזוי לאננ?
מיס טעֶר ל עווינזאָן: אידער מװוערט פארמיק מיםט
די פּאפּירן, איר ווייסט דאָך. נאָך א פּאַר מינוט.
מיסעם בלומענטאל (צולעװינזאַנען) און מירן טאקע
גלייך גיין אויך. אונדזער באגעגעניש, אף דער הייסער מינוט, קען
נאָך ארויסרופן א נייעם סקאנדאל, קומט!
עטל { = איך האָף, אז דאָך וועט איר אים פארגעבן.
מיסעס בלומענטאל: שוין לאנג פארגעבן און פאר-
געסן. װאָלט ער זיך נאָר בארואיקט און אָנגעפאנגען זיך ארומקוקן
ארום זיך. און איר, טייערע, פּאסט אויך אף זיך אויף.
עטל: אירוייסט דאָך.
(מיסעס בלומענטאל און מיסטער לעװוינזאָן געזעגענען זיך. אֶפּ.)
פּערל (זיך אונטעררוקנדיק מיט א פארביפן פּאֲנִים): װואָס זאַגסמו
איצט? א? -- געהערט? שוין זיינץ אייגענע פריינט! -- איך האָב דיר
אָבער געזאַנט, אז דער טאַנעבאַרע װועט אונדז אפן פייער בריינגען.
און אז דו וועסט אים ניט פארמאכן דאָס מויל, װעט זיך דאָ כוישעך
טאָן. געדענק, עטל
(מ'קלינגט. פּערל לויפט, עפנט די טיר. דערזעענדיק אוונערן,
שפּרינגט זי אָפּ, װוי זי װאָלט פאר זיך א ווילדע כאיע דערזען,. עטל, דער-
זעענדיק אוונערן, לויפט אים אנטקעגן. זיי נעמען זיך ארום און צעקושן
זיך. עט? וויינט).
אוונ ער (גלעטנדיק עטלס קאָפּ): זיי ניט קיין קינד, הער אויף,
עמל. | |
(פּערל, צוסוקנדיק, קערט זיך אִפּ מיט פאראכטונג און קאס. נייט
אֶפּ אין קיך).
ע מל (הויבט אויף דעם קאָפּ, קוקט אוונערן נלייך אין די אויגן. מיט
פאָרוואורף): אזוי, אוונער? ! -
א וו ער וי ניט צוהערנדיק): װואָס מאכט שיינדל? ווי פילט זי?
ע ט?: גאַרניט בעסער. -- איך האָב פון איר געהאט א נאכט
און חיינט א טאָג, פרעג שוין ניט!
(אוונער, זיך לאַזנדיק צו דער טיר פון שלאָף צימער).
עטל: אונער!
אוונער (בלייבנדיס שטיין): מ'קען ניט?
עטל: זיהאָט ערשט איינגעשלאָפן
(אוונער גייט ארום נערוועז מיט געמאָסטענע טריט איבערן צימער.
הוסט צוביסלאך, עט? קוקט אים נאָך מיט א מיטליידנדן, אומרואיקן בליס).
ע טל אָפּשטעלנדיק אוונערן באם דיוואן, נעמט אים ארום): זעץ
זיך, אוונער. (ביידע זעצן זיך. באטראכטנדיק אוונערן, נאָך א קורצן שווייגן)
שוין באלד א מעסלעס אז איך האָב דיך ניט געזען. (פּאוזע) און דו ווילסט
זיך אליץ ניט בארואיקן? זע, וי דו זעסט אויס. (אוונער ווערט אומרואיק,
שווייגט) און באדענקסטו זיך כאָטש, װאָס דו האָסט אָנגעמאכט מיט
דיין צעטראַגנקײט? -- זאָג איצט אליין, האָסטו עס באדארפט} --
נעכטן האָסטו פארופן דיינע בגעסטע פריינט אף א כאראטונג, האָסטו
זיי אזוי מיעס באליידיקט. און הוינט --
א וונע ר (שפּרינגט אויף. הויבט אויף און לאָזט אראָפּ די הענט);
אָ, רעד מיר ניט, רעד מיר ניט פון מיינעץ פריינט. (מאכט א פַּאַר טריט,
שטעלט זיך אֶפּ.) איך האָב זיי באליידיקט? (פּאוזע) יע, איך האָב זי
באליידיקט! (קוקנדיק עטלען דרייסט אין די אויגן) -- שטויב! שטויב
פון א אידעע. אביסל אָפּגעשפּאָרטע, פארגעלטע זיכרוינעס פון די
יוגנט טעג, און מעווארעמט זיך מיט זעלבסטצופרידנקייט, וי אונטער
א פּוכאַווע פּערענע. רעװאָלוציאָנערן! (שמייכלט ביטערלאך) וואו האָט
זייער דאָלער ניט נגעטראָפן? אומעטום, עמעס! אָבער אכוץ דעם
דאָלער --- זייער הארץ, ברען און פייער וואו איז? --- און איך האָב
אראָפּגנעשלעפּט די פּוכאָווע פערענע, און ארױיסנעשפּרונגען איז דער
לאנג געהאָדעוועטער געפיל, ווי א פארפּרעסטע שלאנג פון א שקאמול-
קע. און מ'האָט מיר פּאָרגעװאָרפן פאר דעם שטיקל ברוים און פּוטער,
װאָס איך האָב בא זיי געעסן. פאר נאכטלעגער און די מינדעסטע
00
הילף, װאָס מ'האָט מיר אין פריינטשאפט צוגעטראָגן. (פארדריקנדיק רי
הענט) אך, ווען איך װאָלט זייער ברויט און פּוטער ניט געעסן, ווען
איך װאָלט -- - |
עט ל אויפשטייענדיק): נו, האָבן זיי געזאָגט. -- קענסטו עס
שוין פון קאָפּ זיך ניט ארויסשלאָגן?
אוונער: ניט אין קאָפּ עמל. -- אין מיין בלוט און פלייש.
(פּאוזע) וואו איך גי און וואו איך שמיי, צי איך בין וואך, צי איך שלאָף
--- אויגן, צינגער און א בלעכענער גלאָקן קלונג. עס קלינגמ אין די
אויערן (האלט זיך פאר די אויערן), עס קלינגט, קלינגט און קלינגט, און
עס זעט אויס ווי זי װאָלטן מיך אינגאנצן אין מאטבייעס צעשמאָלצן.
א מעדניצע פול מיט מאַטבייעס בין איך,
ע ט ל (וועלנדיק אים בארואיקן): אוונער.
אוונ ער (ניט הערנדיק עטלען): און עס רייסן זיך הענט אין
דער מעדניצע אריין, און ס'שלאָגן זיך פינגער מיט פינגער און שרייען
איינער העכער, שטארקער פארן אנדערן: איך האָב דיר ברוים און
פּוטער צום עסן גענעבן, אזויפיל קומט מיר. איך האָב דיר נאכם-
לעגער געגעבן. איך האָב דיר א סטודיאָ געדוננען. איך האָב דיר
אן אָרדער געקראָנן. איך האָב דיך גערימט פאר א פריינט. איך
האָב דיך געלויבט פאר א באקאנטן, אזויפיל קומט מיר. און אלעמען
בין איך שולדיק; אלעמען, אלעמען בין איך א באלכויוו. (מאכט א פּאָר
טריט) א צעשמאָלצענער אוונער. א צעשמאָלצענער אין דאָלערס,
האלבע דאָלערס, קװואָדערס, דיימם, ניקלם און פּעניס (שטעלט זיך אָפּ
און גיט א מאך מיט דער האנט וי ער װאָלט א זשמעניע געלט א שאָט גע-
טאָן) כאפּט: (שמייכלט מיט א פּיינלאכער גרימאסע) און אלע כאפּן,
גראָבן, גראָבן --- און דאָס הארץ וויינט, וויינט און שרייט -- (זעצט זיך
אפן טיש, קאָפּ פארזונקען),
ע ט ל (גערירט, װישט די אויגן, לייגט איר האנט אף זיין אקסל);
טייערער, -- בארואיק זיך, אוונער. בארואיק זיך, איך בעט דיך. דו
ביזט ניט געשלאָפן. קום, לייג זיך צו. שפּאר זיך צו, אוונער.
אוונער: וו קען מען שלאָפן? -- שמעל זיך פאָר, אז איך
האָבג זיך פאר טויזנט דאָלער פארקויפט צו גלאָריפיצירן דעם אָנדענק
פון א בורזשוא אן עקספּלואמאטאָר. אך! (פארשטייפט די הענט, קוסט
אין דער ווייט) איך, איך האָב זיך פאר טויזנט דאָלער פארקויפט ---
ע ט ל { = דערפאר דער סקאנדאל? דערפאר האָסטו געפאָדערט
דעם פּראָיעקט צוריק?
7
אוונער: יע איך האָב א סקאנדאל געמאכט.
עטל: אוו זי האָבן דיך ארעסטירט.
אוונער: אָלןזײ ארעסטירן! |
עטל: און דוהאָסט באצאָלט, אוונער. דו האָסט באצאָלט און
דו וועסט נאָך צאָלן, אויב דו וועסט זיך ניט בארואיקן און זיך ארומ-
קוקן אוונער. און איך װאָרן דיך, אוונער. קוק זיך ארום און זע װאָס
עס טוט זיך ארום דיר. וואך אויף ,אוונער. (פּאוזע) ווייסטו, אז זיי
האָבן היינט צו שיינדלען א דאָקטער געשיקט?
אוונער: א פּסיכיאטאָר?
עטל: דר סאפּערשטיין, א פרויען דאָקטער.
אוונער: אפרױען דאַקטער?
ע מ ל (וי פארטרויענד): און ער האָט איר א פרויענלאכע אונ-
מערזוכונג געגעבן.
אוונער אויסער זיך): זעכצן יאָר א קינד. אזא באליידיגונג---
עטל: אָבער דו ביזט דריי און צוואנציק, אוונער.
א ו ונ ע ר (איבעראשט): עטל! (נעמט ארומגיין נערוועז איבערן
צימער) און דו האָסט פארטראכט. -- פארדעכטיקסט? --
ע טל (אָנכאפּנדיק אוונערן): וואָס רעדסטו, אוונער? ס'װואָלמ
מיר אזא געדאנקן גאָר אפן זינען ניט ארויף. (שטילער). און דער
דאָקטער האָט אויך גאָרניט געפונען.
אוונער: אך לאָז מיך אָפּ! (ציט זיך ארויס פון עטלס הענט).
עטל: אָבער פארשטיי, אז ניט שיינדלס אומערלאכקייט זוכן
זיי, ניט דאָס אינטערעסירט זיי. --- נאָר דיין אומערלאכקייט, אוונער.
דיך זוכן זיי. --- און דאָס בין איך אויסן געווען דיר צו זאָגן, און דאָס
וויל איך, אז דו זאָלסט וויסן און געדענקען. זיי פאָרזיכטיק, אוונער,
װאָרום זיי וועלן דיך אריינשלעפּן אין אן אומגליק. זיי זוכן פון דיר
נעקאַמע צו נעמען, אוונער.
אוונער: נעקאָמע פארװאָם?
עטל: פאר אלעס, אוונער. פאר דעם סקאנדאל היינט אינ-
דערפרי. פארן צעטראָגן און צעפּויקן מאלקעס ווערטער, אז זיי האָבן
איר צו זעלבסטמאָרד געטריבן --
אוונער: איז עס לינן?
עטל: סאייז עמעס, אלעס עמעס. אָבער פארשטיי, אוונער --
א וונע ר : און אָט דער עמעס מוז פארן אױלאָם היינט
08
אויפנעדעקט וװוערן. זאָל דער אױלאָם וויסן צו וועמען ער האָט זיין
געלט און ראכמאַנעס אָנפּארטרױט. (שטיל) אזא באליידיגונג. זעכצן
יאָר א קינד (צו עטלען געווענדט) --- און דו וועסט גיין מיט מיר, עטל,
דו וועסט איידעס זאָגן.
עט ל (צערטלאך): איך װאָלט געגאנגען, אוונער. מ'וועם מיר
אָבער ניט גלויבן. (בעטנדיק) און דו וועסט אויך ניט גיין, אוונער.
א ו ו נע ר (אויפנעבראכט):. דו אויך ניט? ! אלע אין איין פאר-
שווערונג ---
ע מ ל צוטרעטנדיק און מיט געבעט): אָבער פארשטיי מיך,
אוונער, |
א וונ ע ר (פוקנדיק פאָרשנד אין עטלס אויגן): און דו וועסט ניט
גיין?
עטל: איךװאָלט געגאנגען, אוונער. אַבער פארשטיי -- פאר
דיין און מיין וואוילזיין זאָג איך עס. פארגעס ניט, אז מ'קען אונדז
ביידן פאר די בעסטע, נאָענטסטע פריינט. מוועט דאָך מיר אויס-
לאכן ווען איך, א געליבטע, און קיין אנדערער קומט ניט באשטעטיקן
דיינע רייד. מעג דאַך דער אױלאָם צווייפלען אין מיין איידעס
זאָגן. און דער אוילאָם וועט דיר ניט גלויבן אפן װאָרט. דער אוילאָם
וויל האָבן באווייזע, דאָקומענטן, װאָס מ'קען אַנטאפּן מיט די פלייש-
פיננער, אונטערגעשריבן און אונטערגעכאסמעט, און דו האָסט ניםט
קיין איין דאָקומענט, אוונער.
א וונע ר : איז מאלקעס זעלבכסטמאָרד פאר זיך אליין נימ
א גענונענדער דאָקומענט? איז שיינדלס וואנזיניקייט װוײיניק?
עט ל: גענג, מער וי גענוג! אָבער ניט פאר דעם אױלאַם,
(שטיל, וי פארטרויענד) ווייסטו, אז זיי האָבן צעטראָגן א קלאנג, אז
שיינדל איז נאָך פריער מעשונע געווען.
א וונ ער (פארביסן): ליגנער אזעלכע!
עטל: זכער לינן. אָבער די נאס גלויבט. -- און ניט נאָר
דאָס, אוונער. זיי האָכן אויך צעטראָגן א קלאנג, אז די , דזשואיש
אייד" איז נאָרניט שולדיק אין מאלקעס זעלבסטמאָרד,
אוונער: װעל איך איבערצייגן אז זיי זיינען יע שולדיק.
עטל: אבערצייגן מיט װאָס?
אוונער: האָט דאָך דיין טאנטע אליין מיט אירע אייגענע
אויערן געהערט מאלקעס באשולדיגונג. מיר, דיר וועט מען ניט גלויבן.
09
אָבער דיין טאנטע, א פרוי פון ארום פופציק יאָר, א טוישעוו פאר אזוי-
פיל יאָרן אף איין גאס און אין איין און דערזעלבער הויז. איר וועט
מען מוזן גלויבן.
עטל: אן אױך איר װועט מען ניט גלויבן.
אוונער: איר אױך ניט? פארװאָם?
עטל: ווידער פאר דאָסזעלבע, -- פאר דעם װאָס זי איז מיין
טאנטע, אוונער.
א וו נ ער : זיי וועלן מוזן גלויבן!
עטל: זי װאָלטן עפשער גענלויבט, אלעס געגלויבט. (פּאוזע)
נאָר ווען אימיצער אנדערש, ניט דו, װאָלט דער אָנקלאָגער געווען.
אוונער געטראָפן): נים איך?
עטל: עס טוט מיר ויי דיר צו זאָגן, נאָר איך מוז דיר עס זאָגן.
נאָר רעג זיך ניט אויף, איך בעט דיך. דו האָסט זיך שוין היינט אזוי אויך
גענוג אויפגערעגט.
אוונער: נ, גוט,--יע-
על (פארטרויענד): וייל דו אליין שטייסט אן אָנגעקלאַנטער.
אוונער: איך?
ע9ט ל: זי האָבן אויך פארשפּרייט דעם קלאנג, אז דו האָסט
גענומען שיינדלען א נאקעטע פּאָזירן,
א ו ונ ע ר (אויפגעקאָכט): ליגן! א שמוציקער ליגן! איין לינן
גרעסער, שוידערלאכער פארן אנדערן. און דו ווייסט עס, עטל. -- און
דער אױילאָם מוז וויסן דעם עמעס. (פּאוזע) נישקאַשע, דער אוילאָם
וועט הערן; דער אוילאָם װועט פארשטיין. און די שליינג מוזן ארונ-
טערגעזעצט ווערן. ארוים פון אָפים, מיט קאינם שאנד צייכן אפן
שטערן, מוזן זיי גיין. (כאפּט זיין הוט).
ע ט ל : וואו נייסטן?
אוונער: אךגי אן איך על בריינגען דעם אױלאָם --
עטל: דוגייסט ניט! (צענעמט די הענט, פארשטעלנדיק דעם וועג).
א וונער (אנטשלאָסן); איך גיי יע! (לאָזט זיך צו דער טיר),
עטל: נונטער מיינער, טייערער--
(דערזעענדיק, אז מיט לאָגיק און גוואלד קען זי אים ניט באקעמפן,
פּרובירט זי מיט צערטלאכקייטן. אוונער זיך אמפּערנדיק, גייט ארויס פון נע-
דולד, ווערנדיק נוט אין קאַס. נאָר עט? קלאמערט זיך שטארקער אָן אים מיט
אומארמונגען, און ענטפערנדיק מיט א ליבלאכן, הארצינ-גוטן שמייכ? אֵף זיין
0
קאַס און צאָרן, רייסט זיך מיט אלע קויכעס אים א קוש צו טאָן אין מויל.
אוונער, אָפּקערנדיק דעם קאָפּ, צעהוסט זיך אפן קאָל. עטל לאָזט אים אִפּ און
זעענדיק וי ער שטיקט זיך מיטן הוסט, לויפט זי ארויס און קומט גלייך
צוריק מיט א נלאָז וואסער),
עטל: נא טוא טרנק. -- נאָר ניט פיל, -- ביזט פארשוויצט.
(אוונער נעמט דאָס גלאָז, טוט א זופּ און צעהוסט זיך נאָך שטאר-
קער, שטעלט אוועק דאָס גלאָז אפן טיש, טוט א כאָרכ? ארויף, קערט אֶפּ
דעם קאָפּ אָן א זייט, שפּייט אריין אין נאָז טיכל).
עטל (נאָכקוקנדיק פון א זייט. מיט א ציטער אין איר קאָל); בלוט}
(גיט זיך א יאָג, וי זי װאָלט וועלן ארויסכאפּן דאָס נאָז טיכל פון זיינע הענט).
א ו ונ ע ר (שטופּט דאָס טוכל אין קעשענע אריין);: ס'איז נאָרניט --
װאָס האָסטו זיך אזוי דערשראָקן?
עט ל קאָנטראָלירנדיק זיך): ניט דערשראָקן נאָר זע װאָס דו
האָסט פון זיך נגעמאכט! -- ווילסט נאָך קרינן א בלוטשטורץ, װאָס?
(פירט צו אוונערן צום דיוואן).
א וונ ע ר זעצט זיך אפן דיוואן): און אז א בלוט שטורץ איז
װאָס? --- אויך בלוט גייט ניט פארלאָרן. (צעהוסט זיך שפּייט ווידער
אריין אין נאָז טיכל).
ע ט ל (צולויפנדיק צו דער סיך טיר): טאנטע! (ליפט גלייך צױד
ריק, גלייכט אויס די קישעלאך בא אוונערן צוקאָפּנס).
פ ע ר ל (אריינלויפנדיק מיט איין אָטעם): װאָס איז?
עטל: נם מיר נלייך א נלאָז מיט צעשטויפענעם אייז. נאָר
קליינע שטיקלאך, פּליעז, און טאקע גלייך. װאָס שנעלער, טאנטע,
(פּערל ווארפט אן אומרואיקן בליק אף אוונערן, לויפט ארויס און
קומט גלייך צוריק מיט א נלאָז צעשטויסענעם אייז. גיט איבער עטלעןן.
אוונער הוסט און שטיקט דעם הוסט אין זיך).
עטל: נה, הער איף --נעם א שטיקל אייז. (גיט אים א שטיקל
אייז אין מויל אריין) עפשער רופן דעם דאַקטער?
אוונער: מדארףניט קיין דאָקטער. (שלינגענדיק דעם איוו)
גיב דאָס גלאָז איך װועל אליין נעמען.
ע טל (גיט אים דאָס גלאָז): נא, נאָר פארגיס זיך ניט. ליג רואיק.
(א וויילע איז שטיל, פּערל, פון איין זייט, און עטל, זיצנדיק אפן
דיוואן, קוקן מיט ראַכמאָנעס וי אוונער שלינגט די שטיקלאך אייז. מ'קלינגט
און גלייך פאָלגט נאָך א צווייטער נערוועזער, ברעקלענדער און ניט אוים-
71
הערנדער קלונג. פּער? לויפט מיט איין אָטעם, עפנט די טיר).
אק ר ?: מאלקעלע! (פאלט מאלקען אפן האלדז, שלוכצן שטיל).
(עטל שטייט אויף, בלייבט א וויילע פארגליווערט פון איבעראשונג,
פויפט צו צו מאלקען, צעקושן זיך. אָן װערטער פירן זיי מאלקען צום
טיש. מאלקע לאָזט זיך אראָפּ אפן שטול. ביידע שטייען איבער איר
שטיקנדיק די טרערן).
מ אל ק 9 (עטװאָס קומענדיק צו זיך): פינצטער איז אין מיין הויז,
אָן ליכט, אָן לעבן --- וואו זיינען מיינע קינדער, פּערל?
פּערל (צעטומלט): אָט דאָ, אָט דאָ. (דרייט זיך אין צעטומלעניש.
רופט) דוויירעלע, דוויירעלע! (לויפט ארויס).
מאלקע: אוןואו איז שיינדל?
ע טל (צעטומלט); זי איז ארויס, מאלקע. -- זי וועט באלד זיין
צוריק. זי קומט באלד, זי וועט באלד זיין. --- זייט רואיק, מאלקע --
פּע ר ? (אריינלויפנדיק מיט דוויירעלען אף די הענט. דוויירעלע נייט
איינגעוויקלט אין אן אלטן באלאט. מיט איין אָטעם): אָט, מאלקע.
מ א ל ק ע (אויפשטייענדיק): יין קינד!
דווייר ע לע (דערזעענדיק דער מאמען): מאמע! (ציט אס
די הענט אין טרערן).
מ א ל ק ע (ֿאָזט זיך אראָפּ מיט דוויירעלען אפן שויס): פּייגעלע
מיינם! (קושט זי אויס אלע גלידער, שלינגענדיק די טרערן, אין א וויילע
ארום) וואו איז שיינדל, טייערע, וואו איז שיינדל?
פּערל: אָט, אָט. -- באלד (קוקט אומבאהאָלפן און צעשראָקן צו
עטלען, װי זוכנדיק פאר הילף) דו ווייסט, עטל --
עטל (געכאפּטערהייד); איך האָב געזאָגט מאלקען, זי איז ארויס
--- אָט באלד, זי וועט באלד זיין צוריק.
מאלקע: אװז איז גאָרניט געגאנגען זען װאָס איך מאך?
פּערל:. מאלקע קרױין! מער וי איינמאָל געגאנגען. מ'האָט
אָבער קיינעם נים צוגעלאָזן.
מ א ל ק ע (פארטראכטנדיק זיך): מ'האָט ניט צונעלאָן} !
(פּאוזע) די אויסיי-כעפעדיוועעמעס האָבן געפּאָדערט אז איך זאָל אונ-
טערשרייבן ---
עטל: װאָס אונטערשרייבן?
מאלקע: אנטערשרייבן און אָפּלײיקענען אז זיי האָבן מיך
צו מיין אומנליק געטריבן. (דריקט דוויירעלען פּעסטער צו זיך, שטיקט
די טרערן), |
72
דוויירעלע: מאמע. (צערטלט און גלעט דער מאמען).
עטל: האָט איר אונטערגעשויבן?
מאלקע: איך האָב ניט געװאָלט, איך האָב ניט געװאָלט,
טייערע. האָבן זיי מיך נעסטראשעט, אז זיי וועלן מיר פאר מעשוגע
דערקלערן; אז איך בין א פּאָבליק טשארזש, און זיי וועלן מיך מיט
די קינדער פון לאנד ארויסשיקן. -- און איך האָכ אונטערגעשריבן.
אָפּגעלײיקנט שמיין און ביין. אלעס האָב איך אף זיך גענומען אום די
קינדער, מיינע אָרימע קינדער צו ראטעווען (דערשטיקט א טרער,. קוקט
זיך נערוועז ארום) וואו איז שיינדל? בריינגט מיר מיין שיינדלען גלייך
אהער. שיינדל וואו איז? --
(אוונער, װאָס איז די גאנצע צייט נעלענן אומבאווענלאך, דער"
הערנדיק מאלקעס לעצטע ווערטער, שטייט אויף. עטל, זיך אומקוקנדיס,
פּרובירט אים אָפּהאלטן מיט איר בליק),
א וו נ ע ר זיך אָנבױיננדיק איבערן טיש, מיט א ליירנשאפטלאכע
שטים צו מאלעקן געװוענדט): איר האָט אונטערנעשריבן, זיי ריינ"
געוואשן?
(מאלקע שטייט אויף א דערציטערטע, לאָזט דאָס קינד אראָפּ אפן
שטול. פּערל נעמט איבער דוויירעלען צו זיך צערטלט און האלובעט זי,
שטיקט די טרערן, און אירע פּלייצעס צוקן, צוקן).
מ א ל ק ע (ניט װי מיט איר קאָל שרייט אויס פון װייטאָק און
איבעראשונג); . אוונער! (שטי?) דו האָסט אונדז אומגליקלאך געמאכט.
(פון שלאָף צימער, צו אלעמענס איבעראשונג, דערהערט זיך אף
מאלקעס אויסנעשריי, שיינדלס רוף און ענטפער , מאימע!" פארציטערטע
ווענדן אלע זייערע אוינן צו דער טיר, אין טיר, צווישן די פּארטיערן, בא-
ווייזט זיך שיינדל אין א נאכט העמד און שלאָפראָק, האלב צעעפנט. די האָר
צעקודלט און צעלאָזן,. א וויילע שטייט זי אזוי באװעגלאָז און אף איר פּאָנים
מישט זיך א ווילדער שמייכ? אינאיינעם מיט א טיפן פּיין).
ש י י נ ד ל (קאָנצענטרירנדיק איר בליק איננאנצן אף דער מאמען):
און דו גלויבסט, מאמע? -- מאמע, אף מיר? -- און אף אוונערן,
מאמע? ! -- נא, מאמע (גיט אף זיך א ריס דאָס נאכט העמד, ארויס"
שטעלנדיק, א נאקעטע, איר ברוסט) זע, מאמע! (וויינט און לאכט מיט א
מעשונעדיק-פּיינלאכן געלעכטער).
מ א ל ק ע אַן לאָשן, אומבאווענלאך וי זי איז די גאנצע צייט נע-
שטאנען, ניט א ציטער און מיט א קאָל, װאָס שניידט און רייסט און רופט,
8
גיט זי א געשריי) קינד מיינס! (איר קערפּער טוט א צוק אין צעטרייסלעניש.
זי ברעכט איין און פאלט),
(פּער? און עטל שרייען אויס , אוי!". שיינדל שרייט אויס , מאמע!"
ניט זיך א לאָז, נאָר עט? אין שרעק, פארנראָבנדיק דעם קאָפּ אויף שיינרלס
אקס? אין געוויין, האלט איר איין. דוויירעלע, זיך ארויסנליטשנדיק פון פּערלס
הענט, פאלט צו און רייסט דער מאמען , מאמע, מאמע!" פּערל? כאפּט נלייך
דוויירעלען צו זיך אף די הענט. דאָס קינד רייסט זיך צוריק און פּערל באגיסט
זיך מיט טרערן,. אוונער לאָזְט זיך אראָפּ אף א קני, גיט אַ טאַפּ
מאלקעס פּולס באם האנט און שטערן. בוינט דעם קאָפּ אין טרויער).
פֿאַרהאנג.